בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 1:39 pm
דורך יידל
זייער ענליך. די מעשה איז די זעלבע אבער אנדערש באשריבן. פלאגיאריזם איז עס, אבער נאר די תוכן, נישט די ווערטער.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 3:46 pm
דורך יידל
ריכטיג. אבער א נאעוולע האט דאך איינער אויפגעטראכט און ווער עס שרייבט עס איבער פלאגיאירט דעם אריגינעלעם שרייבער.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 4:55 pm
דורך יידל
אויף אייוועלט שרייבט מיללער אז ער געמאכט אביסעלע היימווערק:

מיללער האט געשריבן:כאטש איך האב געשריבען דעתי בנוגע גנב'ענען/קאפירען פון ערגעץ אנדערש, אז דאס איז גניבה, האב איך אבער געמאכט אביסל היימווערק איבער די סומטאכע דא מיט די פארשידענע ניקס וואס האבן 'אנטדעקט אמעריקא' און געכאפט 'אייוועלט' ביי די מעשה.

אין קורצן, מיט א צייט צוריק איז געווען א סקאנדאל דא אויף אייוועלט איבער אויסגאבעס וואס האבן בשאט נפש גענומען גאנצע שטיקער פון דא און געמאכט דערויף א מאיאנטעק מיט געלט, אן א שטאך ארבייט.

הפנים, די באטראפענע האבן געשפירט אז מ'ברויך צוריקגעבן, כאטש ס'איז לא ראי זה כראי זה, האט מען אפירגעזוכט 'אן אויסגעדראשענע' אשכול פון 2011 און געכאפט ביי די מעשה אז דאס קומט פון 'יפה בעתו', וכאן מצא הבע"ח לגבות את חובו, מ'עפנט ניקס און מ'פירקלט דא, מ'גייט צו די משכילים און דבר אחר'ניקס אויף קאווע שטיבל און אויך דארט פירקלט מען, הפנים, ס'איז דאך אן עוון בל יכופר, 'אייוועלט גנב'עט'!

למען האמת; איך האב די מעשה פון די ספר תורה פון עזרא הסופר, באקומען מיט איבער צוואנציג יאר צוריק אין א דינע דעקל ברוינע ביכל, געשריבען דורך לעהמאן, בכלל האט מען שוין דא צוגעצייכנט אז די מעשה איז שוין ערשינען אין מערערע וואריאציעס, אויך הרב ביללער (נישט פארמישען מיט מיללער) האט עס געשריבען (אן געבן קרעדיט...)

קיין סקען פונעם 'יפה בעתו' האבן די בעלי רגש נישט פארשאפט, אבער מ'קייט איבער די זעלבע שטרוי במעלה הגרה ווידעראמאל און נאכאמאל, אמער מ'האט געגענבעט! סתם צו פארפירען לשם פארפירען אן קיין שום בעקינג.

בקיצור, ס'איז א שטורעם אין א גלעזל וואסער, מ'קען צוריקגיין צום סדר היום.

וכבר קדמוהו גדולי חכמי השטיבל דא,

איחוד פעלד האט געשריבן:דער מעשה איז באמת אן אלטע לעגענדע, און צו ער האט עס געליינט אין יפה בעתו אדער נישט מאכט נישט אויס.


ראשעקאל האט געשריבן:@ לשב"ק
דערווייל האסטו בכלל נאכנישט אויפגעוויזען אז עס קימט פון יפה בעתו. האו אבאוט א סקען פון די מעשה פון יפה בעתו?? סקען אריין כאטש איין פערעגרעף אז מ'זאל קענען פארגלייכן



ממרום שלח אש האט געשריבן:ווי דער גוטער בוך זאגט

"א שטורעם, אין א גלעזל וואסער"


זעט אויס אז פאר די היימווערק האט מיללער'ס א חבר אים ארויסגעפרינט דעם אשכול.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 5:38 pm
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:אויף אייוועלט שרייבט מיללער:

מיללער האט געשריבן:מ'גייט צו די משכילים און דבר אחר'ניקס אויף קאווע שטיבל און אויך דארט פירקלט מען


-


:evil: :twisted: :אויוויי: :קראץ: :לשוןהרע: :געוואלד: :דיסלייק:

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 6:50 pm
דורך [NAMELESS]
יידל האט געשריבן:זעט אויס אז פאר די היימווערק האט מיללער'ס א חבר אים ארויסגעפרינט דעם אשכול.

אדער האט עס זיין ניק פון אייוועלט באקימען פון זיין ניק דא

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 7:13 pm
דורך יידל
שוין, ענד אף סטארי. קרעטשמער שרייבט:

קרעטשמער אין אייוועלט האט געשריבן:אל מול כבוד הרב בעל רגש/רוויגו און צו די אלע וואס האבן מעורר געווען.

וויבאלד מ'איז געקומען צו אונז מיט א טענה אז די מעשה וואס 'לעמעלע' שרייבט און אזוי אויך די תגובה ווי 'לעמעלע' ברענגט אן אריכות בנוגע דעם ספר תורה פון בן אשר, קומט פון דעם גליון 'יפה בעתו', ארויסגעגעבן דורך הרב יוסף פרץ הלוי ביללער שליט"א, האבן מיר מברר געווען מיט הרב יוסף פרץ'ן אליין, און דאס איז וואס ער ענטפערט:

"אויף די מעשה האט ער נישט קיין שום תביעה, היות ער אליין האט עס אויך גענומען פון אנדערע", [און אונז לייגן צו אז מיר ווייסן בידועה ברורה אז 'לעמעלע' האט עס נישט גענומען פון יפה בעתו].

און וועגן די אנדערע תגובה פון 'לעמעלע' זאגט ער "דאס איז נישט זיינס, ער האט דאס כלל נישט געשריבן".

ואגב, ער האט אונז טאקע געזאגט אז איינער האט אים אנגערופן זאגן אז זיינע זאכן דרייען זיך ארום אויף די אינטערנעט, און ער האט יענעם געזאגט אז ער איז נישט מסכים דערצו. אבער ער האט אונז צוגעלייגט אז ער מיינט נישט א מעשה וואס ער אליין האט גענומען פון א צווייטן.

ומכאן הקריאה יוצאת אויב זעהט איר עפעס וואס איז דא אויפן וועלטל און עס איז נישט אויסגעהאלטן קען מען זיך פארבינדן מיט איינע פון די מנהלים/אחראים, אדער מדווח זיין דעם תגובה.

מיט דאנק די הנהלה

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 7:33 pm
דורך מאטי
ראשעקאל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:זעט אויס אז פאר די היימווערק האט מיללער'ס א חבר אים ארויסגעפרינט דעם אשכול.



פלאגיאריזם!!!

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 7:37 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יידל,
וואס בלייבט? איז געווען א פלגיאט מצד לעמעלע פון אייוועלט, אדער נישט?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:03 pm
דורך יידל
אויב גנב'ענען לעהמאן'ס געשיכטע פון יפה בעתו איז פלאגיאריזם. אבער די הנהלה פון אייוועלט טענה'ט אז ביללער האט זיי געזאגט אז הגונב מן הגנב איז ער מוחל. נו, זאל זיין אזוי.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:03 am
דורך דעת תורה
יידל, מיללער אליין באזוכט דא כמה פעמים. אינעם אוצרות אשכול האט ער דערמאנט / געלינקט צו דיינע באלערנדע ארטיקלען בנושא.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:11 am
דורך יידל
ווייס איך דען נישט? איך בין געווען סארקאסטיש.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:22 am
דורך זר זהב
זיי האבן געלאזט אהער לינקען? געמיר א לינק ביטע

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 3:33 am
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:זיי האבן געלאזט אהער לינקען? געמיר א לינק ביטע

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 9:43 am
דורך יידל