שמעקעדיג, דו זאגסט זייער גוט, און איך מיין אז דו גייסט אויף די זעלבע מהלך ווי יאיר.
יאיר איז מסביר אין זיין תשובה אז אמונה קען נישט זיין אויף אן עקסטרעם פון קיין איין זייט, מען קען נישט גלייבן בלינדערהייט ווייל דאס וועט קראכן, און מען קען נישט גלייבן נאר זאכן וואס זענען קלאר אויפגעוויזן געווארן מיט ראיות ברורות ווייל נישט אלעס קען מען אויפווייזן. נאר עס דארף זיין א מיטל-וועג, עס דארף זיין שכל מיט געפיהל אינאיינעם, און א מענטש קען טראסטן זיין געפיהל וואס זאגט אים אז עס איז דא א בורא ומנהיג און מען דארף אים פאלגן, אפילו ווען עס איז נישט אויפגעוויזן מיט סייענטיפישע באווייזן.
און אויב דאס איז א געפיהל-זאך, קען מען דאס שטארקן נאר מיט געפיהל, און דאס איז וואס דו זאגסט אז דורך דערציילן מעשיות פון צדיקים און מעשיות פון השגחה פרטית, דאס שטארקט די אמונה ווייל דאס שטארקט די געפיהל אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט.
איינער האט מיר נאכגעזאגט אז ווינער רב האט געזאגט ביים כינוס לשמור ולעשות אז די בעסטע עצה צו ראטעווען די קינדער פון די היינטיגע נסיונות הדור איז דורך דערציילן שבת ביים טיש סיפורי צדיקים, און א גאנצע וואך דארף דער טאטע זוכן עפעס גוטע מעשיות און עס דערציילן שבת ביים טיש.
אויב האט ער דאס געזאגט קומט זיך אים א מעדאל, אז ער האט די חוצפה און ער זאגט ארויס דעם אמת אז עס איז נישטא קיין שום וועג צוריק צו האלטן די טעכנעלאגיע פון ווערן מער פארגעשטרין און ברענגן נאך נסיונות, נאר די איינציגסטע וועג איז זיך אליין צו שטארקן און שטארקן די קינדער מיט אמונה, און נאר דאס קען ראטעווען דעם דור.
איך טוה דאס שוין פאר אסאך יארן, איך האב שוין געמאכט
אן אשכול אויף דעם מיט א צייט צוריק, אבער איך דערצייל נאר אזעלכע מעשיות וואס ברענגן א נוצן, וואס מען קען זיך עפעס ארויסלערנען זאכליך דערפון, נישט סתם מיסטישע מעשיות וואס ברענגן נישט קיין שום נוצן, ווי למשל צדיקים וואס זענען געפלויגן אין הימל, זיי האבן זיך מסגף געווען א.ד.ג. נאר נארמאלע מעשיות, און דאס שטארקט זייער שטארק די אמונה.
אגב, יעדע מעשה וואס האט א מופת פון א צדיק, דערצייל איך עס אלץ א תפלה-מעשה, א מענטש האט געהאט א פראבלעם איז ער געפארן צום צדיק, האט אים דער צדיק געזאגט אז עס איז נאר דא איין עצה צו בעטן דעם אייבערשטן, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן, און זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און דער איבערשטער האט געהאלפן, און דאס לערנט אונז אז מיר קענען אויך בעטן דעם אייבערשטן און געהאלפן ווערן.
עס איז דא אסאך פלעצער ווי מען זעהט דאס אז אלע מופתים זענען געווען דורך תפלה, צוויי מראי מקומות געדענק איך יעצט אויף די מינוט, איינ'ס איז די גמרא מס' תענית (כה.) אז רבי חנינא בן דוסא האט געהאט א שכנ'טע וואס האט געבויעט א הויז אבער די קורות פון די דאך זענען געווען צו קורץ, איז זי געקומען זיך אפרעדן פאר אים, האט ער איר געפרעגט "ווי אזוי הייסטו?" האט זי געזאגט "איכו", האט ער געזאגט "איכו, דיינע קורות זאלן זיך אויסציען!", און די קורות האבן זיך אויסגעצויגן ביז אן אמה לענגער פון יעדע זייט, האט פלימו געזאגט שפעטער אז ער האט געזעהן די הויז וואס ר' חנינא האט באדעקט דעם דאך
"בתפלתו", נאך א גמרא איז דא (מגילה כז.) אז די אלע ניסים וואס שטייט אין נ"ך וואס אלישע האט געמאכט, איז אלעס געווען מיט תפלה.
וילמד סתום מן המפורש, אלע ניסים און מופתים זענען בלויז תפלה, און דאס פרוביר איך אריינצוברענגען אין מיינע קינדער אז עס איז נאר דא איין איינציגער באשעפער וואס פירט די וועלט, און וואס מען דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים, ער איז דא מיט אונז, און ער איז גרייט אונז צו העלפן, און אויב עפעס גייט נישט גוט, איז עס אויך נאר פון אים פאר אונזער טובה, ער פארשטייט בעסער פון אונז.
איך האב אינדערהיים א ביכל, ווי אונז שרייב מיר אריין אלע מעשיות וואס דער אייבערשטער האט געהאלפן, ווען אימער איינער בעהט דעם אייבערשטן א זאך און ער ווערט געהאלפן שרייבט מען עס אריין אין דעם ספר הזכרונות, און פון צייט צו צייט ליינט מען איבער די מעשיות, און דאס שטארקט זייער די אמונה.
אמונה קען נישט ווערן געשטארקט דורך ראיות און הוכחות, ווייל אלע ראיות קען מען אפפרעגן, עס מוז קומען - אזוי ווי יאיר זאגט - פון אן אינערליכע געפיהל. רבי נחמן ברסלבער טייטשט "אודיע אמונתך בפי", ווי אזוי שטארקט מען די אמונה? מיטן מויל! מען רעדט דערפון איינמאל און נאכאמאל, מען דערציילט מעשיות דערפון א.א.וו. יעדער איד האט א נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל, און דאס ברענגט אין אים אריין די געפיהל צו גלייבן אין באשעפער, און אונזער ארבעט איז צו שטארקן דעם געפיהל מער און מער, און דאס טוט מען דורך רעדן אסאך דערפון.
איך בין מקנא מיינע קינדער וואסערע גוט לעבן זיי האבן מיט די שטארקע אמונה וואס איך האב אין זיי אריינגעלייגט. און איך האף און בעהט דעם אייבערשטן אז דאס זאל זיי אפהיטן פון אלעם שלעכטס.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)