בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 1:14 pm
דורך גאלד
קודם כל איז עס א ענין פון התחזקות פאר די סאטמארע חסידים ושאר הקנאים הצמידים לשיטת רביה"ק זצ"ל צו ממשיך זיין די שיטה הק' פאר די דורות הבאים, דאס איז א אומלייקנבארע פאקט אז אזא סארט כינוס ריטשארד די באטארי פון די אנטי-ציונים באוועגונג דער באן זאל ווייטער פארן, ביזן נעקסטן מצב פון "בילבול המוחות" (די פעוועריט טערמינאליגע ביי סאטמארע חסידים וואס ברענגט ארויף נאסטאליגיע אויף אונזערע הערצער), איך קען זאגן ביי מיר איז עס זיכער אזוי, איך בין זייער פאמפט-אפ מיט די שיטה הק', איך האב דעם שבת געלערנט די הקדמה פונעם ספה"ק ויואל משה און איך בין דיטירמענט עס נעווער ביפאר זיך צו האלטן טריי צו די שיטה הק' פון מיין הייליגן רבי'ן זצ"ל

דאס אליין איז שוין א גאר גרויסע אויפטוה,

שנית, דארף מען פשוט פארשטיין א פראקטישע ענין, ווען איינער איז אין פעקל, עס ווארט איהם אפ סיי וועלכער שווערע צרה, וואס מעגליך דער המון קען אפשר נישט וויסן אדער פארשטיין דער חומר הצרה, איז אויב בלייבט מען זיצן אינדערהיים מיואש, און מ'לאזט די זאך לויפן, איז 2 פראבלעמען, 1.דער מענטש האט קיין שום תוחלת ותקוה אז סיי ווער זאל זיך מרחם זיין אויף איהם און אינטערווינען פאר זיין אינטערעסע, 2, דער אנגריפער קען מעגליך קיינמאל בייפאלן אז זיינע בייזוויליגע פלענער זאלן האבן עפעס ווייטגרייכענדע נאכווייען, ממילא דער פשט פונעם פראטעסט איז, אז מ'גייט ארויס אויפן גאס און מ'שרייט "אוטש!!!" "ס'טוט מיר וויי!!!" "כאפצעם!!!" פשוט מודיע זיין פאר די וועלט איך בין אין טראבל, ווער ס'קען זאל מיר קומען העלפן,
צו ס'גייט למעשה העלפן, אדער יא אדער נישט, אבער זיצן אינדערהיים זיך בייסן די ליפן קען מען דאך זיכער נישט,

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 1:25 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
גאלד האט געשריבן:דער פשט פונעם פראטעסט איז פשוט מודיע זיין פאר די וועלט איך בין אין טראבל, ווער ס'קען זאל מיר קומען העלפן.

דעפענטלי, די מעסעדזש קומט דורך הויך און קלאר איז מיר זענען אין דיפ טראבל אבער נישט די טראבל פון וואס דו רעדסט.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 1:36 pm
דורך גאלד
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דער פשט פונעם פראטעסט איז פשוט מודיע זיין פאר די וועלט איך בין אין טראבל, ווער ס'קען זאל מיר קומען העלפן.

דעפענטלי, די מעסעדזש קומט דורך הויך און קלאר איז מיר זענען אין דיפ טראבל אבער נישט די טראבל פון וואס דו רעדסט.


זייער מעגליך, אבער דאס איז קיין סתירה צו מיין רעיון,

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:11 pm
דורך בעריש
דער אמרי חיים זצ"ל הייסט גיין פראטעסטירן.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:11 pm
דורך געפילטע פיש
ער רעדט פון גיוס בנות.

אבער זיין אידישע שריפט געפעלט מיר, א פיינע שפראך.

Re: ויהי ממחרת הפראטעסט... און???

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ערשט באמערקט. דאס איז אידיש?! דאס איז ןויעכ מיט זיבעצען גרייזען. א ליטוואק אין בני ברק קען בעסער ווי דעם.