בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:17 pm
דורך מומחה
דיין אייפאון האט נישט קיין וויירוס, אדער אויב מאכט עס פראבלעמען ריסעט אין אייטונס און סעט עס אויף אלס א נייע פאון און נישט פון די בעקאפ

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:26 pm
דורך מומחה
ראשעקאל האט געשריבן:סאו זאל איך קויפן נארטאן פאר אנטי וויירוס און קאספערסקיי פאר פייער וואל?

קאספערסקי, די גאנצע סוויט (אויב דו ווילסט צאלן)

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 10:45 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:08 pm
דורך סאשי פיש
איך וויל וויסען אויב עס איז דא א חילוק צווישען א אנטי ווירוס פון 2013 אדער 2014?
איך האב דאך סיי ווי א גאנצע צייט לייוו אפטעדיס?
ווייל די אלטע קען איך יעצט האבען פאר פרי
viewtopic.php?p=153009#p153009

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:58 pm
דורך געפילטע פיש
א חילוק וועט מסתמא זיין אין פיטשערס, אבער די עיקר פראגראם און פראטעקשענס וועלן ארבעטן פונקט אזוי גוט ווי די 2014, און גראדע אפערט יעצט קעספערסקי א פרי אפגרעיד צום 2014.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:04 am
דורך סאשי פיש
שכוח [tag]געפילטע פיש[/tag]
שוין געקויפט
Bitdefender Total Security 2014 - Value Edition - 3 PCs / 2 Years
נאך די ריבעט קומט עס אויס $8
[tag]געפילטע פיש[/tag] עס איז גוט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:24 am
דורך געפילטע פיש
מסתם יא, איך קען עם נישט פערזענליך, דא האסטו א ריוויו.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 4:03 pm
דורך פלעין יודיש
מיין פי סי איז מלא וגדוש מיט (ע)וויירעס
וואויל וועט זיין פאר דער וואס וועט מיר ציפירען צו א גיטע אנטי וויירוס פראגרעם (בחינם פארשטייט זיך).
AVG האב איך שוין און ס'טויג אויף כפרות (ס'האט אפילו די חוצפה צו זאגן אז מיין קאמפיוטער איז ריין מיט ניטאמאל איין שלעכטע THREATׂ)

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 4:52 pm
דורך שמעקעדיג
דו דארפסט לכאורה טשעקן פאר מאלוועיר

דאונלאוד מאלוועירבייטס און מאך א DEEP SCAN, עס קען נעמען א שעה-צוויי (ווענדט זיך ווי גרויס דיין הארד דרייוו) און קליען ארויס אלע רויטע שמוץ וואס ער טרעפט.
https://www.malwarebytes.org

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 11:14 pm
דורך petergrifin
נאך אײנס צו נוצן װאס װערט זײער רעקאמענדירט נאך ״מאלוועירבייטס״ איז ״סופער אנטיספײװער״
http://www.superantispyware.com/

איך װאלט דיר געראטען זאלסט עס טיען אין װינדאיס סעיפטי מאוד מיט נעטװאָרקינג. ס׳איז שנעלער
און זיכערער.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 11:53 pm
דורך קליגער אינגערמאן
[tag]פלעין יודיש[/tag] זיי אביסל מסביר ווי די וויירוס איז. איז עס ווען די ניצט דעם בראוזער אויב יא וועלעכע ? אדער סתם וויירוסדיגע סאפטווער?

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 12:35 am
דורך שמעקעדיג
פלעין, לאז אונז ביטע אויך וויסן רעזולטאטן אויב ביסטו געהאלפן געווארן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:20 am
דורך למדן
איך האב געהאט א געוואלד מיט avg free, pop ups האט מיך אסאך געהאלפן אבער ס' קומט נאך ארויף אביסל, בעיקר ספאנסערד עדס ווי אפדעיטן ווינדאויס, ווי אויך יעדע נייע טעב עפנט זיך אין עפעס א פארשטיפטע סוירטש ענדזשין און איך וואלט גוואלט ס' זאל זיך עפענען אין גוגל
איך נוץ אינטערנעט עקספלארער, אגב ס' איז זייט איך האב דאונלאודעד איינע פון די פרי עדאובי פראגראמען, וועט העלפן אויב מעק איך עס אויס

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:26 am
דורך ונבנתה העיר
למדן האט געשריבן:ווי אויך יעדע נייע טעב עפנט זיך אין עפעס א פארשטיפטע סוירטש ענדזשין און איך וואלט גוואלט ס' זאל זיך עפענען אין גוגל

ביי סעטינגס קען מען אנשטעלן דעם האום פעידזש.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 6:48 am
דורך למדן
די האום פעידזש אפשען נוצט אויך ווען מען עפנט א טעב? אויף מיין אלטע קאמפיוטער האט עס נאר געהאלפן פאר די ערשטע טעב ווען מ' עפנט דעם אינטער נעט

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:33 pm
דורך פליקער
Avg זעלבסט איז א געפערליכע ווירוס, עין בגוגל, מיין עצה צו דיר איז סימפל
גיי צי עד ענד רימאוו פראגרעמס, דאן סארט עס לויט די לעצטע אינסטאלד פראגראמען, טו אנ אינסטאלן אלע פראגראמען וואס זענען לעצטענס אינסטאלירט געווארן, וואס די ווייסט נישט וואס דאס איז, אן אינסטאליא אן רחמנות, אויך די עי ווי דזשי, לאמיר האפן דאן וועסטו פטור ווערן, פינעם עי ווי דזשי וויירוס איז אגב שווער פטור צו ווערן, למעשה זאלסטו קיין מאל נישט אינסטאלן קיין פרייע פראגראמען וואס קימען ווי שנארערס נאך די מגילה, אלע זענען אנגעפילט מיט ווייראס,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:34 pm
דורך למדן
איך ווייס אויך סתם אזוי נישט צו דאונלאודן אומזיסטע פראגרעמס, איך האב געדארפט עדאבי פלעש, איך האב געדארפט זעהן עפעס וואס איינער האט מיר געמאכט און די רעסט איז היטאריע,
למעשה האב איך טאקע שוין געוואלט אירעסן דעם פלעש אבער דאס וועט שוין קיין סאך לכאורה נישט העלפן, כ' וועל טרייען צו רימאוון די לעצט צוגעקומענע סחורה ונראה מה יהיה, כ' האב געמיינט אז זיי האבן געטראפן א וועג אריין כ' האב נישט געוואוסט אז זיי זיצן ביי מיר אויף קעסט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:23 am
דורך פישלע העררינג
איז McAfee לגבי Norton בעסער אדער ערגער? איך האב McAfee Full Access. מיין עיקר קאנסערן איז העקערס.

און וואס איז די מעשה מיט די כמעט וועכענטליכע אדאובי פלעש אפדעיטס וואס די אפדעיט פראגראם שלאגט פאר אלץ קריטיקל?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:47 pm
דורך למדן
ברוך השם ברכת צדיק עשתה רושם, אלעס אנאינסטאלט, די אלע זאכן זענען נישט געווען זאכן וואס איך ווייס נישט נאר זאכן וואס כ' האב מיך כסדר אנגעשטויסן אין זיי דא און דארט.
למעשה פון איין זאך קען איך נישט פטור ווערן דאס איז די סיערטש ענדזשין ווייל ווען איך טריי צו אנאינסטאלן בעהט ער צוצומאכן די בראוזער וואס איז שוין דריי מאל צוגעמאכט און ווען איך טריי עס צו דעליטן זאגט עס אז די פייל איז אפען ובכן כמובן קען מען נישט דעליטן א פייל וואס איז אפען על אף וואס איך האב נישט קיין איין פייל אפען, קודם האב איך געטשענטשט די האום פעידזש אבער איך וואלט איהם דאך געוואלט פארשיקן אינגאנצן ווי עס פאסט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:36 pm
דורך שמעקעדיג
וועלכע בראוזער נוצטו?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:37 pm
דורך שמעקעדיג
פישל'ע העררינג האט געשריבן:איז McAfee לגבי Norton בעסער אדער ערגער? איך האב McAfee Full Access. מיין עיקר קאנסערן איז העקערס.

און וואס איז די מעשה מיט די כמעט וועכענטליכע אדאובי פלעש אפדעיטס וואס די אפדעיט פראגראם שלאגט פאר אלץ קריטיקל?

נארטאן פלעגט זיין אסאך בעסער ווי מ'קעפי, אבער היינט איז שוין מ'קעפי פיל בעסער און נארטאן איז שוין נישט די סאמע בעסטע (הגם עס ציילט זיך נאך אלץ צווישן די בעסטע).
דו וועסט לכאורה נישט זעהן קיין גרויסע חילוק צווישן די 2.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:42 am
דורך למדן
אינטערנעט עקספלורער,
איך האב געטשעינטשט האום פעידזש אבער כ' האב איהם געוואלט אנאינסטאלן פון מיין הארד דרייוו, דארט איז ווי ער שטעלט אזא ווידערשטאנד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:46 am
דורך שמעקעדיג
דאס האט מען אויבן געשריבן.
האסטו שוין פרובירט??

שמעקעדיג האט געשריבן:דו דארפסט לכאורה טשעקן פאר מאלוועיר

דאונלאוד מאלוועירבייטס און מאך א DEEP SCAN, עס קען נעמען א שעה-צוויי (ווענדט זיך ווי גרויס דיין הארד דרייוו) און קליען ארויס אלע רויטע שמוץ וואס ער טרעפט.
https://www.malwarebytes.org


petergrifin האט געשריבן:נאך אײנס צו נוצן װאס װערט זײער רעקאמענדירט נאך ״מאלוועירבייטס״ איז ״סופער אנטיספײװער״
http://www.superantispyware.com/

איך װאלט דיר געראטען זאלסט עס טיען אין װינדאיס סעיפטי מאוד מיט נעטװאָרקינג. ס׳איז שנעלער
און זיכערער.