בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:25 pm
דורך לעיקוואד
חסידים פאר טי שירטס.

בילד

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:28 pm
דורך ברסלבער
איך הער אז אין ארץ ישראל האט בעלז איינגעפירט פאר די בחורים צו גיין מיט קאשקעטלעך אנשטאט היטן. עס איז ביליגער, גרינגער, און געשמאקער.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:40 pm
דורך ממרום שלח אש
נעם נחום רז"ב פאר ספאוקסמען, ער גייט יעיר ראונד מיט א דריי פערטל חאלאט'ל, ווינטער טוט ער אן דערויף א האלבע קווילטעד זשעקעט.

מדי דברי בו, זאל דיין ארגענעזאציע אויך קאמפיינען פאר קורצע קווילטעד זשאקעטס, עס איז ביליגער און ווארעמער ווי די לאנגע טייערע 300 דאלערדיגע ווינטער מאנטלען. איך גלייב נחום וועט. באשטיין צו טון ביידע פאר די פרייז פון איינס, און אנדערש פון בדחן, וועט ער זיין א נאה דורש ונאה מקים.

ומדי דברי, וואלט מען געדארפט איינפירן רוסישע קוטשמעס וכו.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:46 pm
דורך בדחן
ממרום שלח אש האט געשריבן:מדי דברי בו, זאל דיין ארגענעזאציע אויך קאמפיינען פאר קורצע קווילטעד זשאקעטס, עס איז ביליגער און ווארעמער ווי די לאנגע טייערע 300 דאלערדיגע ווינטער מאנטלען. ומדי דברי, וואלט מען געדארפט איינפירן רוסישע קוטשמעס וכו.


גיטע פוינט,

מדי דברי, לייענדיג דיין תגובה האב איך געזען אונזער גאנצע סאסייעטי פראבלעם פאר די אויגן,
וואס הייסט מען דארף איינפירען? וואס איז דאס איינפירען? פארוואס זאל נישט זיין אז איך זאל קענענן גיין ווי אזוי איך וויל?

דער עולם גייט מיר רעקליך, ווייל.... דער עולם גייט מיט רעקליך..
דער עולם גייט מיט 300 דאלער'דיגע ווינטער מאנטלען, ווייל......דער עולם גייט מיט 300 דאלער'דיגע ווינטער מאנטלען..
דער עולם גייט נישט קיין קוטשמע, ווייל... דער עולם גייט נישט קיין קוטשמע..

כמעט קיינער איז נישט מחליט פאר זיך, יעדער איז מחליט אויף יעדעם..

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:49 pm
דורך ממרום שלח אש
זכור אזכרנו עוד, אדוואקאטירן פאר באקוועמע ביליגע סניקערס פאר טאג טעגליכע באנוץ, געזונט פאר די פוס, לייכטער צו גיין און ביליגער ווי טייערע לעדערנע דרעס שאוס.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:50 pm
דורך היימישער ליטוואק
אז מען איז שוין מפלפל... קען מיר איינער מסביר זיין דעם חסרון פון גיין מיט קורצע סליווס און א cotton טלית קטן?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:57 pm
דורך בדחן
פארוואס קורצע יא? ווי שטייט אין די תורה אז מען דארף בכלל האבן סליווס??

אבער נישט דאס איז די נושא האשכול.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:03 pm
דורך ממרום שלח אש
און פארוואס נישט קורצע הויזעלעך, דארף מען זיי בעסער פון די כהנים משרתי קל?
ממתניים ועד ירכיים יהיו!

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:15 pm
דורך ממרום שלח אש
לגופו של ענין, מיט די חאלאטלעך מאוומענט בין איך שטארק נישט איינשטימיג.
ביז היינט האבן מיר אויסגעקוקט ווי פי הענדלער פון צוויי הונדערט יאר צוריק, מיט א חאלאטל וועט מען אויסקוקן ווי א מילכיגער פון צוויי הונדערט יאר צוריק.
סהייסט, צוריקטרעטן נאך א שטאפל?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 4:34 pm
דורך היימישער ליטוואק
בדחן, ווייל איך פארשטיי אז מען דארף גיין ווי איין ארינטליכער מענטש. איך קען הערן אז אן סליווס איז דאס מעשה הפקרות. אע"פ וואס אני מודה אז יש לעיין בזה.

ממרום, די כהנים האבן גהאט א מעיל איבער דאס. און, כאמור לעיל, איך פארשטיי א חילוק צווישן סליווס און קורצע הוייזן. א לוייר וואלט נישט אריינגקומען אין א קורט צימער מיט קורצע הוייזן אבער מיט קורצע סליווס יא.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 6:34 pm
דורך נולד מאוחר
נאך די אלע טשענדזשס מיט וואס בלייבן מיר חסידים?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
עס אנטוויקלט זיך שוין א שטיקל א שטיקל דרעס קאוד:
א קוטשמע
סניקערס
א כאלאטל
נאך עמיצער?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:03 pm
דורך סאשי פיש
קופערניקוס האט געשריבן:עס אנטוויקלט זיך שוין א שטיקל א שטיקל דרעס קאוד:
א קוטשמע
סניקערס
א כאלאטל
נאך עמיצער?

און מען דרייוט א בייק