בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:מה זכה מאנסי שנתייחדה עליו אשכול? והלא כך מנהג ישראל בכל מקומות מושבותיהם.
כגון עיר האטעירע לעיקוואוד יצ"ו.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:02 am
דורך עוד מישהו
אזוי וואו ארויסגענומען מיינע ווערטער פון מויל, איך האב א חבר וואס האט געמופט אויף לעיקוואד, אבער צוריק געמופט קיין ניו יארק, נאכדעם וואס קיין איין מוסד האט נישט געוואלט אננעמען זיינע קינדער.
וואס קענען מיר די בעלזע רב זצ"ל האט שוין געזאגט די ערגסטע גלות איז אונטער אידן.
מיר גייען אריבער א סעלעקציע ווען ס'קומט אריינצושיקן קינדער צו די מוסדות, די צו די רעכטע זייט גייען אריבער און די צו די לינקע זייט ווערן אפטמאל פארברענטע נשמות ליידער,
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:11 am
דורך בדחן
++ פריער אינעם טאג האב איך געלייגט די קליפ אין א אנדערע אשכול, עס באלאנגט דא אין דעם אשכול ++
א שאלה ותשובה איבער די נושא מיט רב שטיינמאן שליט"א
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5vPPFzTtZOs[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:19 pm
דורך הוגה
עס איז א שרעק , די רשעות וואס גייט פאר אין די מאנסי מוסדות האט נישט איר גלייכן. איך קען אסאך מענטשן וואס האלטן זיך צוריק פון מופן קיין מאנסי נאר פאר דעם.
יישר כח פאר די שיינע קליפ פון הרב שטיינמאן, כ'האב באקומען פרישע ריספעקט פאר אים. A breath of fresh air.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 1:35 pm
דורך בדחן
הוגה האט געשריבן:יישר כח פאר די שיינע קליפ פון הרב שטיינמאן, כ'האב באקומען פרישע ריספעקט פאר אים. A breath of fresh air.
ער איז שוין 100 יאר אלט...
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:29 pm
דורך בן-זומא
עוד מישהו האט געשריבן:מיר גייען אריבער א סעלעקציע ווען ס'קומט אריינצושיקן קינדער צו די מוסדות, די צו די רעכטע זייט גייען אריבער און די צו די לינקע זייט ווערן אפטמאל פארברענטע נשמות ליידער,
און די וואס שיקן זענען רוב מאל נישט בעסער ווי די געשיקטע, נישט ברוחניות און נישט מיט דעת. מיט מידות און מענטשליכקייט שטייען זיי געווענליך אויף א שוואכערע דרגה ווי די עלטערן וועמענס קינדער זיי שיקן אויף לינקס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:32 pm
דורך תלמיד חכם
די CLIP פין הרב שטיינמאן שליט"א איז געוואלדיג, סיי דער תוכן און סיי דער מהלך פון די מענטשן וואס דרייען אן רבנים ווי א צובראכנע זייגער
אפשר קען איינער שיקען די CLIP צו די אלע מנהלי המוסדות,
און אויב האט איר נישט זייערע EMAIL ADDRESS זוך זיי אויף FACEBOOK , דארטן וועסטו זיי גרינג געפינען ווייל זיי האלטן קשר מיט זייערע נדבנים דורך די אלע וועגן וכו'.
איך האב א חבר אין מאנסי וואס איז נישט ווי רוב כלל ישראל, נאר אביסל נישט נארמאל צוזאמען מיט די ווייב ל"ע, אבער א בעל פרנסה וכו' אפילו א ירא שמים אויף זיין שטייגער (א רוימענער)
זיין טאטע איז א צווילינג וואס איז אדורך מענגעלגע ימ"ש (דער וואס ווייסט נישט וואס א צווילנג איז אדורך ביי אים זאל זיך נאכפרעגן - ערך קאלוב רבי פין א"י)
איז פשוט פארוואס ער איז נעבעך אביסל אנדערש פון רוב אונזער סארט מענטשן אין קלייניגקייטן
אבער זיינע טעכטער זענען געזעצן חדשים אינדערהיים ווייל די מוסדות (אלע, אפי' מאדערנע) האבען נישט געוואלט אננעמען
מיין הארץ האט פארשטאנען אז מען זאגט אים, אוי א שאד מענגעלע האט נאר געמאכט דיין פעטער זאל נישט קענען האבען קינדער, אבער דיין טאטע איז נאר געבליבען משוגע פון דעם, אבער פארוואס האסטו געהאט קינדער,
אוי באשעפער דערבארעם זיך שוין.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:57 pm
דורך יצמחפרקני
פידלער האט געשריבן: איך מיין אז ר' יואל ראטה זאל עפענען א מיידל סקול דארט.
א גוטער איינפאל! גיב 5 יאר אין די טאעטס פון די קינדער וועלן נישט נאר האבן לאנגע בערד, נאר אויך ווייסע קאפלעך!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:05 pm
דורך געפילטע פיש
תלמיד חכם האט געשריבן:די CLIP פין הרב שטיינמאן שליט"א איז געוואלדיג, סיי דער תוכן און סיי דער מהלך פון די מענטשן וואס דרייען אן רבנים ווי א צובראכנע זייגער
יא, די קליפ ווייזט גוט ווי אזוי מ'ציעט ארויס איסורים וחרמות פון רבנים, זיי האבן גאנץ גוט פארשטאנען די ערשטע מאל וואס הרב שטיינעמאן האלט, אבער זיי געבן נישט אויף, מ'דרייעט ארויף, אראפ, אבער ער לאזט זיך נישט, פראבירט מען ארויסצוקווענטשען א דריי מיטן גראבע פינגער אזא מה-דאך, אזא וזאת התורה מיטן טייטל פינגער, אבער ס'גייט נישט, ביז ווילאנג ער שרייט נישט "גייווע גייווע גייווע" שבע פעמים בארואיגן זיי זיך נישט, און ס'איז אזאנס געלעכטער, פשוט ס'גייט זיי נישט אויפן שכל אז ער זאל נישט פארשטיין אז די קינדער זענען פון א אנדערע "סגנון", זיי זענען עפעס מער "פתוח", אבער ס'גייט נישט. איך האב געהאט א שטארקע דראנג צו פאנטשען דעם טעדי בער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:47 pm
דורך בדחן
@ תלמיד חכם, נישט יעדער איז זיינס א חסיד אז די קליפ זאל האבן אזא השפעה,
@ געפילטע, יענער שואל איז א גרויסער ת"ח, און א פירט אן א נעץ מיט כוללים, הוי זהיר וכו'
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:54 pm
דורך יין שרף
בדחן האט געשריבן:@ געפילטע, יענער שואל איז א גרויסער ת"ח, און א פירט אן א נעץ מיט כוללים, הוי זהיר וכו'
סך הכל ווייס איך שוין יעצט אז מ'קען זיין א "גרויסע" ת"ח און פירן א נעץ פון כוללים, און נאך אלץ זיין א.........
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:07 pm
דורך געפילטע פיש
בדחן האט געשריבן:@ געפילטע, יענער שואל איז א גרויסער ת"ח, און א פירט אן א נעץ מיט כוללים, הוי זהיר וכו'
ווי זאגט ער דארט?
שואל: ער איז א חשובער אינגעמאן.
הראל"ש: גייווע? ער איז א גרויסע בעל גייווע!
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:55 am
דורך דעת תורה
הוגה האט געשריבן:
יישר כח פאר די שיינע קליפ פון הרב שטיינמאן, כ'האב באקומען פרישע ריספעקט פאר אים. A breath of fresh air.
באמת א שאד אז אזא אדם גדול בענקים האט נישט קיין השפעה אין אונזערע קרייזן. הלואי אזא איד פאר מנהיג פון מיין קהילה.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:44 am
דורך לעיקוואד
ער האט נישט קיין השפעה אין זיינע קרייזען אויכעט נישט. והקליפ הזה יוכיח. ודו"ק.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:01 pm
דורך תלמיד חכם
איך האב נישט די שריפט צי מסביר זיין די טעות וואס נארמאלע יונגעלייט רעדען אויף הרב שטיינמאן........
אבער מען רעדט פין איינער וואס האט געקענט די סאטמער רב זי'ע אין שווייץ א שטיק צייט ,,,,,,
א מתמיד עצום , זענט איר אמאל געעווען אין זיין שטוב אויף רח. חזו'א פינת ר'ע ? ער וויאונט אסאך ערגער ווי די ארעמסטע רבי/רב /דיין ווי דא אין אמעריקא
קיינמאל זיך נישט אנגעפרעסען אינדערהיים אדער געלעקט אידען ביי זייערע שמחות , ער איז כרחוק מזרח ממערב פין רוב שיינע רבנים/ראשי ישיבות דא,
אין אים ציגלייכן צי רב קוק דארף מען א ר' אברהם מרדכי פין גור אדער א סאטמער רב זאל קענען זאגען (הרב אויערבאך איז נישט גענוג)
אין בכלל פאר די אלע בחורים וואס האבען זיך געדרייט ארום בני ברק אין געמאכט פראבעלמען מיט נשים וכו וכו וכו האט ער געשטיציט נחל חרדי פאר זיי ,איז וואס?
איך ווייס אז רוב חסידים דא זענען סאטמער אבער ער מעג דאך האלטן אנדערש ווי די , אין ווייל ער שפילט נישט אויף אלע חתנות אין זאגט קלאר זיין מיינוג איז וואס,
קענסטו קיגעלו פרעסער בעל גאוה אין טיפש רעדען אויף אים?
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:27 pm
דורך בדחן
דעת תורה האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:יישר כח פאר די שיינע קליפ פון הרב שטיינמאן, כ'האב באקומען פרישע ריספעקט פאר אים. A breath of fresh air.
באמת א שאד אז אזא אדם גדול בענקים האט נישט קיין השפעה אין אונזערע קרייזן. הלואי אזא איד פאר מנהיג פון מיין קהילה.
פארוואס זאלסטע וועלן אז דיין גאנצע קהלה זאל זיך טוישען און האבן אזא מנהיג,
ענדערש מאך אליינס די טויש, אויב דו האלסט אז די אמת ליגט דארט גיי אהין, אקצעפטיר אים פאר דיין מנהיג אין אלע ענינים, און לאז דיין קהלה ווי עס איז.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 7:25 pm
דורך הוגה
כ'בין געווען נעכטען ביי א שמחה און די טעמע אויף די טיש איז געווען די נושא וועגן יונגלעך און מיידלעך וואס ווערן נישט אקצעפטירט אין די היימישע מוסדות צוליב נער'ישע סיבות. כמעט א יעדער ביים טיש האט געהאט כאטש איין ערשט האנטיגע מעשה פון א באקאנטע וואס האט נישט א חדר, שולע אדער ישיבה פאר זייער קינד.
בין הדברים רופט זיך איינער אן אז אין צען פופצן יאר וועלן מיר ליידן פון א געפערליכע אנשוקעניש פון באמעס, יונגלעך און מיידלעך פון היימישע שטובער וואס וועלן הענגן ארום אין אונזערע געגנטער. די רבני ועסקני העיר וועלן זיך דעמאלטס צוזאם זעצן מטכס עצה צו זיין, וואס קען מען טון פטור צו ווערן פון די הענג-אוטס. זיי וועלן האלטן דרשות איבער די שרעקליכע נסיונות וואס די יצר הרע ברענגט אונז, און איבער די געפערליכע ירידת הדורות. קול קורה'ס וועלן שפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן, אסר'ן געוויסע געשעפטן ווי די שקצים דרייען זיך, און משגיחים וועלן ארום פארן ביינאכט נאכקוקען די קינדער, אבער מען וועט נישט וויסן ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די פראבלעם וועלכער מיר קאכן זיך אליינס אן יעצט. דער יונגערמאן רעדט נישט קיין נביאות, ס''ה רעדט ער לאגיק.
איך ווייס אז איך קיי דא איבער אלטע נייעס. אבער ווי נעמען געוויסע רבנים די העזה זיך אויף צו שטעלן און וויינען איבער ווי אזוי די טעכנעלאגיע מאכט חרוב די יוגנט, אדער איבער די שרעקליכע גזירת גיוס בני ישיבות וואס וועט פירן בחירי ישראל לטמיון, בשעת ווען זייערע אקטן צייגן אז עס גייט זיי נישט אן א כהוא זה וואס וועט געשעהן מיט אונזערע קינדער?
צו הוגה
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז היינט דא א שפע פון או.טי.די. קינדער און יוגנטליכע. ווייל די רבנים זענען פאר די לעצטע פופצן/צוואנציק יאר געווען פארנומען מיט שטותים און היפאקריטישקייט, פארשטייצעך נאכ'ן ענדיגן זייערע ריעל עסטעיט דיעלס און אנדערע בזיונות. מ'האט תולה געוועין די ירידה פון אידישקייט אין אלע הבלים און אומוויכטיגע זאכן, נאר צום עיקר איז מען נישט צוגעגאנגען. און ס'איז אויפגעקומען דער מושג פון ישיבות (נאר) פאר "מצויינים". און מ'האטצעך ארומגעווארפן מיט אידישע קינדער. דאס איז דער חילוק פון אמאל ביז היינט (און נעכטן) . א רב וואס האט אויפגעמאכט א ישיבה האט עס געטון מיט'ן ציל צו זיין א מרביץ תורה. לערנען מיט אידישע קינדער תורה. נישט בלויז ער זאל האבן א שם אז ער האט נאר מצויינים. מ'האט אריינגענומען א יעדן וואס האט געוואלט לערנען תורה.
נשלח: מוצ"ש יוני 22, 2013 11:27 pm
דורך געפילטע פיש
לעצטענס ביים שמועסן איבערן ענין פון נושרים און נושרות מיט איינעם, זאגט מיר יענער נאך בשם א רבי אז דאס איז די נסיון פונעם דור, א ספעציעלע נסיון וואס די באשעפער האט אונז געשאנקען ספעשעל פאר אונזער דור פשוט ווייל ער איז געווען באורד. כ'האב מיך געמוזט איינהאלטן פון לאכן, איי מין קאם אן! בלעים נישט דעם באשעפער פאר די פראבלעמן וואס דו האסט דיר אליינס אנגעמאכט!
נשלח: מוצ"ש יוני 22, 2013 11:35 pm
דורך קאווע טרינקער
כאילו היינט איז דא מער אפגעפארענע ווי אמאל.
נשלח: מוצ"ש יוני 22, 2013 11:41 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
דערווייל זענען נישטא היינט מער אפגעפארענע ווי אמאל. אבער עס זענען ב״ה דא די וואס זארגן אז מיר זאלן אין קורצן זיך נישט דארפן שעמען פאר די פריערדיגע.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 8:21 pm
דורך יין שרף
מענין לענין באותו ענין...
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:35 pm
דורך אבזערווירער
די גאנצע גאולה הענגט אויף א חוט השערה אויף א האר, די מענען ווילן דוקא זיך שערן און די פרויען ווילן דוקא נישט, זאל יעדער טוען זיין פליכט און שלום על ישראל