איך שלעפ ארויף דעם אשכול פון די טיפענישן, בלויז אריין צו פעיסטן דעם לינק וואס האט זיך געדרייט די וואך פונעם שמועס אויף רעדדיט איבער חסידי'ישע סלאם לארד'ס. פארשטייט זיך איך רעד נישט צו די סארט וואס פארנעמען נישט קיין מינדעסטע קריטיק, און ווערן דעפענסיוו די רגע זיי הערן א גוי זאגן א שלעכט ווארט אויף אונז, אנשטאט צו טון דאס ריכטיגע "קבל את האמת ממי שאמרו, ואל תהי בז לכל אדם". ס'איז א קליינע קונץ צו געבן א מאך אוועק אלעס וואס מען הערט דורך זאגן: "נע, יענער איז דאך מילא א אנטיסעמיט". און זיך גיין ווייטער דעם וועג און גורם זיין נאך א טוץ "מילא אנטיסעמיטן".
אזוי אויך רעד איך בכלל נישט איבער די ספעציפישע פרשה וואס האט גורם געווען דעם רעדדיט ארטיקל, שוין פאר דעם פאקט אז איך זע אזויפיל, די טענענטס וואס האבן געוואוינט אין נייערע געבויטע דירות זענען זייער צופרידן, און די טענענטס וועלכע האבן בוחר געווען צו צאלן ווייניגער און וואוינען אין "סלאם'ס", זאלן נישט האבן קיין טענות אויפן לארד. יו געט וואט יו פעי פאר. (אזוי אויך הער איך אז די גאנצע לאוסוט פון די 239 בענקער סט. בנין האט נישט געהאט קיין הענט און קיין פיס, וויל אינעם קאנטראקט וואס זיי האבן גע'סיינט איז קלאר געווען אויסגענומען אז אין אזא פאל פארלירט מען דעם דעפאזיט). דער "לארד" וועלכע האלט א בנין אפאר יאר ביז ער פליפט עס ווייטער איז נישט דא אין די מארקעט צו רענאווירן דעם "סלאם" צו א 5 סטאר האטעל, און אודאי איז בכלל נישט זיין דעפט. די פארברעכנס וואס די פאליציי קימערט זיך נישט אפצושטעלן כדי צו האלטן די רעפארטעד קריים ראטע נידריג.
פארוואס פון אלע טענענטס איז דער פאוסט אנגעקומען צו רעדן פונקט צו די פאר וועלכע מאכן א גערודער, נאכברענגענדיג זייער זייט אינגאנצן אן באלאנסירן מיט פאקטן, איז די זעלבע סיבה פארוואס זיי האבן פאלסיפיצירט דעם "סיעלד ארעסט" מעשה.
נחזור לעניננו, מענטשליכקייט און זיך פרובירן צוצופאסן צו די סביבה און זיי נישט אויפרעגן איז נישט נאר תורה'דיג און מענטשליך, עס איז אויך פראקטיש און האס - פארמיידנדיג.
דא איז דער ארטיקל