בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 7:51 am
דורך קאווע טרינקער
איך אויך האט געשריבן:און דו דייטל ווואס ווילסטו פון עם? וואס איז דיין ציל? מ.י.א.ב. זאגט מען ביי אונז.
נעה, לאז דיין צוויי ווייטער שמועסן... זייער אינטערעסאנט...
יא קאווע שטיבל, נישט קאווע שטיבל, טריפה כשר... אפענע קאפ, פארמאכטע קאפ, אהער און אהין...
רעדט נישט אזויפיל "וועגן" שרייבן. שרייבט!
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 9:56 am
דורך newkave
[tag]מאנדלבאום[/tag] עס שטייט משנכנס אב ממעטין בשמחה. דיין תגובות מאכן מיר לאכן. ביטע קום צוריק אדר.
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 10:51 am
דורך ידען
מ י א ב ?
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 10:57 am
דורך סאשי פיש
Mind
Your
Own
Business
מי מנוחות-#3
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 4:52 pm
דורך לעמיל
יא עס איז א פאקט אייוועלט האט היינט ארויס געגעבען זייער דריטע אויסגאבע מי מנוחות
http://goo.gl/HwtBi ליינט און האט הנאה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 9:14 pm
דורך אבי גערעדט
פינפטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, (103
זייטן) ליינט און האט הנאה:
http://goo.gl/fX9aqF
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:48 pm
דורך לעמיל
זעקסטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה:
http://goo.gl/GhMKz1
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 10:17 am
דורך לעמיל
זיבעטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה:
http://goo.gl/RecLh5
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 11:27 am
דורך פישלע העררינג
לעמיל האט געשריבן:זיבעטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה:
http://goo.gl/RecLh5
מהיכי תיתי. מ'האט שוין געזעהן אזאנס.
נ.ב. לי עוועניו פאטא צאלט אויס פאר א גראפיקער? נישט שלעכט. (הערסט פישל'ע? גיי שנארער געלט פאר דיינע קאווע בלעטער! עניוועי, ווער נוצט נאך וואורד היינטיגע טעג?

)
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 1:24 pm
דורך I'm back
ביטע נישט לינקען צו קיין סייטס ווי עס שרייבן שונאי ישראל.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 1:59 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
I'm back האט געשריבן:ביטע נישט לינקען צו קיין סייטס ווי עס שרייבן שונאי ישראל.
????
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:36 pm
דורך איש את רעהו
זיי זאגען אז אויף חנוכה געט מען ארויס א פרישע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:43 pm
דורך ישמעאל הכהן
אזוי? אוי וואו איז מיין גארטל? איי ייי ייי לשם יחוד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:29 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:42 pm
דורך מנחם
ב"ה מיין פילטער לאזט נישט דורך צו יענעם סייט הידוע, אויב איינער האט עקסעס אהין זאל ער ביטע לאדענען אויף קאפי.קאם.
#נגעצרעתוכו'
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:37 am
דורך טראכט גוט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:44 am
דורך zurich
מנחם האט געשריבן:ב"ה מיין פילטער לאזט נישט דורך צו יענעם סייט הידוע, אויב איינער האט עקסעס אהין זאל ער ביטע לאדענען אויף קאפי.קאם.
#נגעצרעתוכו'
Are you for real??
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:29 am
דורך ברסלבער
איך האב געכאפט א בליק אין די אויסגאבע, עס איז דא גוטע זאכן צו זעהן דארט. איין שטיקל זעהט אויס ווי עס איז געשריבן געווארן ארגינעל פאר קאווע שטיבל און עס איז בטעות אריינגעפאלן אהין. דער שרייבער ברענגט ארויס די חשיבות פון איי וועלט אז דארט קען מען ריכטיג ארויסהאבן די קולטור פון אונזער פאלק, ער שרייבט אז פון די צייטונגען און אויסגאבעס קען מען דאס נישט וויסן, ווייל "
נאך אלעם האט יעדע צייטונג און מאגעזין א רעאדקטער און א שטאב. אלץ ווערט איבערגע'חשבון'ט, איבערגערעכנט, און איבערגעטראכט. מען זיפט אלץ דורך, מען שטופט אגענדעס, און מען באשליסט מיטונגען וואס און וויאזוי מען זאל מעלדן און שרייבן. עס שפיגלט טאקע אפ דאס קולטור פונעם פאלק, ריכטיג, אבער עס שפיגלט נישט אפ דעם ספאנטאנעם געדאנקען גאנג, דעם משכול ראשון פונעם פאלק, דעם לויזן וועג פון טראכטן, נאך די אלע באראטונגען און חשבונות וועט איר דאס קיינמאל נישט טרעפן. אויב זיכט איר דאס, דאן זיכט עס נישט אין געשעפט, זוכט אייוועלט..."
און איך מיין אז די דריי פינטעלעך צום סוף זענען זייער גוט אין פלאץ...
1.JPG
2.JPG
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:43 am
דורך בשבילי!
חחחחח ס'טע געהערט אזא באלאני??? רוב ספאנטאנע געדאנקען ווערן ספאנטאן פארמעקט אין אייוועלט... חחח ליצים!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:45 am
דורך וויליאמסבורגער
די ארטיקעל וועגן אנליין ביזנעס איז גראדע שיין. כמעט אלעס אנדערש איז טיפיקעל אייוועלט פלאף.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:57 am
דורך איש את רעהו
פישעלע דארף צוריק אנהייבן מיט זיינע בלעטלעך.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:40 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך בין נישט קיין שרייבער ביי אייוועלט איך האב גארנישט מיט זיי
אבער וואס האט ענק אלע אזוי שטארק אקעגן אייוועלט
איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......
בקיצור האקסט נישט אויף יענעם יעדע זאל קוקען ביי זוך
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 9:30 am
דורך סאשי פיש
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:
איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......
ווער האלט דיך צוריק פון אהין גיין?
זינגט אלע צוזאמען כי בשמחה תצאו ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה וכל...