בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 6:59 pm
דורך משה געציל
שוין, האסט געטראפן איין גארליצער רב? קודם כל מסתמא האט ער עס קיינמאל נישט געזאגט, א לץ האט עס געזאגט אויף זיין חשבון. ועוד נניח ער האט עס געזאגט, האט ער זיכער געהאט סודות נשגבים אין די מאמר און נישט פשוט פשט, ולאו כל מוחא סבל דא. מסתמא האט ער מכוון געווען אויף די מופתים המתקשרים חד בחברתה להתקשר סוד תפארת עם סוד יסוד, וכשתבין זה יאירו עיניך.
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 7:17 pm
דורך איך אויך
קאוועלע ,האסט דיך פיין באווארענט. דער ווערטל פון גארליצער רב איז גוט באקאנט אבער געווענליך דערציילט מען עס אז ווען דער ספר דרכי חיים פון דעם דברי חיים'ס משמש איז ארויס האט גארליצער רב געזאגט "ער וואלט געקענט מאכן צוויי ספרים פון מופתים וואס איז נישט געלונגן" ,עס איז נאר דא איין 'קליינע' פראבלעם אז דער ספר י"ל כמה שנים אחר פטירת הגארליצער רב ,האב איך געהערט תירוצים אז אפשר האט ער עס געזעהן בכת"י וכד'.
דו גייסט שוין א סטעפ ווייטער אז עס איז געווען ווען ער האט 'געהערט' אז מען גייט עס דרוקען דרכי חיים איי דער ספר נדפס 17 יאר! נאך זיין פטירה? כ'מיין עס קען רוהיג אריינגיין אין
דעם אשכול.
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 7:26 pm
דורך קאווע טרינקער
איר זענט אפגעפרעגט מיניה וביה, ווייל דער ספר פונעם א. ג. הויכען רפאל איז נישט קיין מופתים נאר מנהגים.
בהכרח אז דער גארליצער האט זיך באצויגען אויף א סארט תולדות ספר.. איי וואו איז דאס? איז מסתבר אז יענער האט טאקע צוריקגעצויגען פון זיין פלאן טאקע צוליב דעם פחד אז גארליצע רב וועט אים הרג'ענען די ביזנעס.
מ'דארף קענען אפלערנען א מעשה...
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 7:32 pm
דורך איך אויך
ביי מיר שטייט אויפן
שער אמרות טהרות ,שבעתיים מזוקקות ,
אותות ומופתים ,שיחות פליאות. גענוג קלאר? בר מן דיין איז די ווערטל פיין באקאנט אז עס מיינט דעם ספר דרכי חיים ,ביטע נישט צובאקן קיין פרישע מעשיות מיר האבען גענוג פון די אלטע.
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 12:35 am
דורך קאווע טרינקער
איין יאר איז דער וואונדער ראבינער פון וועכטשיץ איז פארבליבן אין שטאט איבער שבת נחמו. וויבאלד די וועכטשיצע חסידים האבן געמיינט אז זייער רבי וועט זיין אין די בערג איבער שבת, כנהוג בכל שנה, איז כמעט נישט פארבליבן קיין חסידים אין שטאט. געהייסען האט אז די רבי וועט פארן כמידי שנה, אבער צוליב א חליצה אין די משפחה האט דער רבי, די לעצטע מינוט, מחליט געווען אז ער בלייבט אין שטאט.
דער רב הצעיר האט גע'עצה'ט פארן טאטען אז ס'אפשר כדאי נישט צו דאווענען אין וועכטשיצע שטיבל, צוליב א מאנגעל אין מנין, ענדערשט זאל מען צוגיין א גאס צום גרויסן סאטמארע בית המדרש וואו ס'זיכער דא מנין. אבער דער רבי האט מרמז געווען מיט יד קדשו אז ס'וועט שוין זיין גוט.
למעשה איז נישט געווען גוט, ווייל ווען די חסידים האבן גערופען מוצאי שבת פרעגן וויאזוי ס'געווען די שבת און די תפילות, האט דער רב הצעיר נישט געקענט אויסרעכענען 9 מענטשן.. וכדי בזיון.
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 12:46 am
דורך יואליש
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:58 am
דורך אביגדור
לא עלינו.
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:27 am
דורך שמעקעדיג
(הקדמה: איך בין נישט זיכער אז מיין הודעה באלאנגט דא אין שמייכל פארום אשכול, עפטער אלל רעדט מען דא פון א טראגעדיע ה"י, אבער כ'ווייס נישט וואו יא, וה' הטוב יכפר.)
אזוי ווי ס'רוב פון אונז, ווער איך כסדר באמבארדירט מיט די אפענע ישועות וואס יעדער זעהט מיט יעדע זאך, אנגעהויבן פון קערעסטיר, ח"י רוטל, ביז געבן מעות קדימה פאר א קונטרס און אפשפרעכן עין הרע, און נאך 50,000 זאכן אינדערצווישן.
די מופתים וואס געלונגען (אדער יא אדער נישט) טוט מען מפרסם זיין, אבער די וועלכע נישט (און איך בין עדות דערצו!) לאזט מען אונטערן קארפעט און מען מאכט א שווייג.
וע"ע
כאן.
דערפאר איז מיר געווען א פלא אז מען זאל ארויסשרייבן אזא זאך בריש גלי אין א צייטונג.
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:37 am
דורך יואב
כאפסט נישט? בעצם העלפן יא די אלע סגולות. נאר אמאל זוכט גאט דוקא א לויטערע נשמה וואס זאל אפשלאגן דעם גרויסן חרון אף. איז טייטש אז דאס איז גאט'ס ווילן, ווי זאל ר' אלימלך קומען און זאגן אנדערש. ער ווייסט דאך אויך וואס איז גוט.
והשנית, ס'איז דא א הסתרה. נסתרים דרכי ה'.
דריטנס, ער איז געווען א נשמה א גלגול פון הרוצה בעילום שמו, און ער האט שוין אויפגעטאן אויף דער וועלט וואס ער האט געברויכט.
פערטנס, אמאל מעגן די דאקטורים אויך זיין גערעכט. אנדערש וועט דער עולם קיינמאל נישט גיין צו דאקטורים, און די תורה זאגט דאך ורפא ירפא – מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות.
אויסער דעם אבער זע איך נישט פארוואס דו זאלסט אפילו שטעלן די אלע סגולות אונטער א פראגע-צייכן. כ'האב מורא מ'ברויך בודק זיין נאך דיר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:45 am
דורך צדיק נסתר
הרב בערלאנד האט צוגעזאגט אז מוהרא"ש וועט נאך לעבן עטליכע יאר, אבער די מופת איז נישט געלונגען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:50 am
דורך יואב
צדיק נסתר האט געשריבן:הרב בערלאנד האט צוגעזאגט אז מוהרא"ש וועט נאך לעבן עטליכע יאר, אבער די מופת איז נישט געלונגען.
צדיקים במיתתם קרויים חיים. אפשר נישט ביי א "צדיק נסתר." אבער צדיקים גילויים? וואס איז דאס מיט מיר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 1:44 pm
דורך יעקב מענטש
אוודאי געלונגען נישט אלעמאל די מופתים, קען זיין אז דער בורא האט איינגעזעהן אז פאר די נשמה איז בעסר אזוי, בהדי כבשי דרחמנא למה לך ?
אבער ווען ס'גלונגט יא,
דוגמא: דער איינער איז געקומען צום חזון איז אז ער איז געווארן דיאגנאזירט מיט א ברעין טומיר, האט ער געזאגט אז ער זאל פארן צו יענע דאקטאר אין ניו יארק, און ער וועט דיך קענען אפערירן, זאגט ער אקעי, איך גיין באשטעלן א טיקעט אויף נעקסטע וואך, זאגט דער הייליגער חזון איש, אז ניין ער זאל נאך פארן היינט נאכט, דער איד האט זיך געוואונדערט, אבער אז דער חזון איש האט אזוי געזאגט פאלגט מען, ער איז געפארן יענע נאכט, אויפצומארגנס איז געווען דער אפעראציע, און יענע נאכט איז דער דאקטאר געשטארבן,
דאס איז א מעשה ידוע, האלט איינער אז דא איז נישט פארגעקומען א מופת ? (אדער רוף עס אן סייעתא דשמיא, וואטעווער)
איך זעה נישט די חכמה פון אפלאכן פון מופתים, ווען די זאכן זענען פאקטן וואס זענען געשעהן,
נישט אז מ'דארף גלייבן יעדע מעשה, אבער דאס אז די זאכן זענען פארגעקומען, האט מער עדות אז ס'איז אמת ווי די טעאריע פון עוואלוציע,
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 1:52 pm
דורך מאטי
דער דאקטאר איז געשטארבן נאך יענע נאכט אין אן עקסידענט אויפן וועג אהיים פון שפיטאל נאכן מאכן די אפעראציע. ודו"ק.
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 2:01 pm
דורך I'm back
סאטמער רב האט געזאגט אז די מדינה וועט נישט שטיין קיין פופציג יאר, והיה לפלא....
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 2:01 pm
דורך הוגה
[justify]
יעקב מענטש האט געשריבן:איך זעה נישט די חכמה פון אפלאכן פון מופתים, ווען די זאכן זענען פאקטן וואס זענען געשעהן
און אז עס געשעהט וואס צייגט עס? לאמיר אראפלייגן דריי
'פאקטישע' מעשיות , און דו וועסט מיר זאגן די לימוד פון א יעדע פון די דריי מעשיות וואס איך אלץ א פרומע איד דארף ארויסנעמען.
1) איינער איז געקומען צום חזון איש אז ער איז געווארן דיאגנאזירט מיט א ברעין טומיר, האט ער געזאגט אז ער זאל פארן צו יענע דאקטאר אין ניו יארק, און ער וועט דיך קענען אפערירן, זאגט ער אקעי, איך גיין באשטעלן א טיקעט אויף נעקסטע וואך, זאגט דער הייליגער חזון איש, אז ניין ער זאל נאך פארן היינט נאכט, דער איד האט זיך געוואונדערט, אבער אז דער חזון איש האט אזוי געזאגט פאלגט מען, ער איז געפארן יענע נאכט, אויפצומארגנס איז געווען דער אפעראציע, און יענע נאכט איז דער דאקטאר געשטארבן.
2) א איד איז געגאנגן צו רבי חיים קניבסקי אז מ'האט געטראפן א געוואוקס אין זיין פוס און די דאקטאר הייסט אפערירן. רבי חיים האט געהייסן נישט אפערירן נאר מען זאל לערנען פרק כצד הרגל אלץ סגולה. ביז אפאר חדשים האט זיך די קענסער פארשפרייט און דער יונגערמאן איז געשטארבן א קורצע צייט דערויף.
3) א אינגערמאן איז געווען פארמישט אין א ריזיגע ביזנעס דיל מיט נאך אסאך אנדערע אידישע און גוי'אישע גבירים. מערערע באבאס, רביס און גדולי הדור זענען געווען ביהיינד די גרויסע ביזנעס דיל דורכן הייסען דער אדער יענער גביר צו טון די דיל. ויהי היום זאגט איינער פון די גוי'אישע אינוועסטארס פאר דער אינגערמאן אז ער האט עפעס א הייליגע קריסטליכע פרוי וועם ער פרעגט אלעס און זי האט אים געזאגט בלי שום ספק אז דער דיל גייט גיין באנקראט. דער אינגערמאן האט נישט געוואלט נעמען קיין טשאנסעס און ער האט ארויסגעצויגן פונעם דיל. ביז אפאר חדשים איז די גאנצע זאך צוזאם געפאלן.
אלע דריי מעשיות זענען אמת'ע פאקטישע מעשיות. יעצט לערן מיך אויס וואס איך קען ארויסנעמען פון א יעדע פון די דריי מעשיות. וועלכע מעשה איז א מופת חותך וואס צייגט אויף די צדקות און וועלכע איז א נסיון און א הסתר פנים און וויאזוי ווייסטו עס?
.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 2:25 pm
דורך יעקב מענטש
איך הער,
לאמיר פרעגן פארקערט, ווען ס'פאסירט יא עפעס וואס זעהט אויס ווי א מופת, צו פון א איד אדער להבדיל א קריסט, איז עס פשוט א בעט ? א פיפטי-פיפטי טשאנס וואס דער רבי אדער גלח נעמט ? וויאזוי טייטש דו עס אויס ? איך בין פשוט נישט קלאר ווי אזוי דו קוקסט עס אן
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 2:27 pm
דורך הוגה
יעקב מענטש האט געשריבן:איך הער,
לאמיר פרעגן פארקערט, ווען ס'פאסירט יא עפעס וואס זעהט אויס ווי א מופת, צו פון א איד אדער להבדיל א קריסט, איז עס פשוט א בעט ? א פיפטי-פיפטי טשאנס וואס דער רבי אדער גלח נעמט ? וויאזוי טייטש דו עס אויס ? איך בין פשוט נישט קלאר ווי אזוי דו קוקסט עס אן
למאי נפקא מינה וויאזוי איך טייטש עס אויס? דו האסט געמאכט א סטעיטמענט און איך האב עס אפגעפרעגט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 2:29 pm
דורך יואב
יעקב מענטש האט געשריבן:דוגמא: דער איינער איז געקומען צום חזון איז אז ער איז געווארן דיאגנאזירט מיט א ברעין טומיר, האט ער געזאגט אז ער זאל פארן צו יענע דאקטאר אין ניו יארק, און ער וועט דיך קענען אפערירן, זאגט ער אקעי, איך גיין באשטעלן א טיקעט אויף נעקסטע וואך, זאגט דער הייליגער חזון איש, אז ניין ער זאל נאך פארן היינט נאכט, דער איד האט זיך געוואונדערט, אבער אז דער חזון איש האט אזוי געזאגט פאלגט מען, ער איז געפארן יענע נאכט, אויפצומארגנס איז געווען דער אפעראציע, און יענע נאכט איז דער דאקטאר געשטארבן,
דאס איז א מעשה ידוע, האלט איינער אז דא איז נישט פארגעקומען א מופת ? (אדער רוף עס אן סייעתא דשמיא, וואטעווער,
טאקע א מופת. א גדול הדור זאל שיקן צו א דאקטאר, און נאך בו ביום. באלד וועלן נאך מענטשן זאגן אז די דאקטורים ווייסן יא וואס זיי רעדן. רח"ל מהאי דעתא.
Re: מופתים וואס זענען נישט געלונגען
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 2:58 pm
דורך גר ותושב
מעשה שהיה כך היה איך קען א יוד וואס איז עים זייער שווער געגאנגען אין שידוכים (היינט שוין חתונה געהאט און האט שוין א קינד ברוך השם) ווען ער איז געוועין א איין אין צוואנציגער איז ער געגאנגען צו א רבי ידוע (משום כבודו וועט מען נישט דערמאנען די נאמען) דער רבי האט עים ווארעם אנגעוואונטשן זאגנדיג א"ך טוב וחסד אז די יאר גייט ער שוין א חתן ווערן עס איז אריבער א גאנצע יאר איז די טאטע געגאנגען דאמאנען די רבי אז די רבי האט דאך גאזאגט וכו' האט דער רבי גענטפערט עס איז קרוב צו פסח נאך פאר פסח גייט ער א חתן ווערן למעשה איז ער א חתן געווארן אפאר יאר דערנאך עד כאן המופת.
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 5:02 pm
דורך תנחום
אמת'ע מעשה געהערט פון די בעל המעשה אליין, אן עלטערע בחור ס'איז איהם נישט געגאנגען קיין שידוכים איז ער צוגעגאנגען צו זיין רבי שמחת תורה און געבעטן א ברכה האט די רבי (וואס לעבט שוין נישט) אנגעוואונטשן אז חנוכה ווערט ער א חתן, עריז טאקע א חתן געווארן חנוכה אבער פינף יאר שפעטער
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 5:57 pm
דורך אישתישבי
תנחום האט געשריבן:אמת'ע מעשה געהערט פון די בעל המעשה אליין, אן עלטערע בחור ס'איז איהם נישט געגאנגען קיין שידוכים איז ער צוגעגאנגען צו זיין רבי שמחת תורה און געבעטן א ברכה האט די רבי (וואס לעבט שוין נישט) אנגעוואונטשן אז חנוכה ווערט ער א חתן, עריז טאקע א חתן געווארן חנוכה אבער פינף יאר שפעטער
אנטשולדיקט אבער דער אשכול איז נאר פאר מופתים וואס זענען נישט געלונגען.