בלאט 2 פון 6

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:58 pm
דורך געפילטע פיש
affect איז די פעולה\משפיע, effect איז די תוצאה\השפעה.

.Learning to spell right will affect your writing, in effect your writing will improve

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:02 pm
דורך מאראנצןזאפט
געפילטע, אלעס קענסטו, ממש כל רז לא אנוס לי', אויסער אידיש.
וואס איז ער שולדיג, דאס לערנט מען אין ערגעץ נישט אפילו נישט ביי אונז.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:15 pm
דורך פידלער
געפילטע פיש האט געשריבן:affect איז די פעולה\משפיע, effect איז די תוצאה\השפעה.

.Learning to spell right will affect your writing, in effect your writing will improve


אן אנדערע וועג דאס צו ערקלערן איז אז affect איז א verb און effect איז א noun.
Example: 1. Your misbehavior will affect your grade. 2. You got an F. You misbehaved; the bad grade is its effect

ס'איז דא איין אויסנאם. Effect איז א verb ווען ס'מיינט "to bring about."
Example: His presence at the meeting effected a change in the ambiance

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:38 pm
דורך געפילטע פיש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:געפילטע, אלעס קענסטו, ממש כל רז לא אנוס לי', אויסער אידיש.
וואס איז ער שולדיג, דאס לערנט מען אין ערגעץ נישט אפילו נישט ביי אונז.

?Ouch

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:47 pm
דורך ונבנתה העיר
מאראנצןזאפט האט געשריבן:געפילטע, אלעס קענסטו, ממש כל רז לא אנוס לי', אויסער אידיש.
וואס איז ער שולדיג, דאס לערנט מען אין ערגעץ נישט אפילו נישט ביי אונז.

אניס...

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 4:03 am
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:א גרויסן דאנק, פידלער, פאר'ן זיך נעמען די מיה צו אראפקומען פונעם הויכן דאך צו אונז פשוט'ע מענטשן וואס קענען נישט קיין ספעלינג און ערקלערן די אפט-געמאכטע גראמאטיק טעותים. איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?
אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.

און shtieble :).


א גרינגע כלל צו געדענקן. Then פארמאגט אסאך טייטשן, בעת Than קען מען נוצן בלויז פאר 'ווי איידער' אדער 'פון/ווי - וואס ווערט גענוצט אין היינטיגע אידיש אלס ערזאץ צו 'ווי איידער'.
Then קען מיינען דאן, דערנאך, דעמאלט, , אין עטליכע סארט וועגן. בעסיקלי, ס'איז אלץ Then אחוץ ווען ס'איז 'ווי איידער'.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:10 pm
דורך יואליש
Effect and affect is particularly confusing because both could be a verb and a noun.

There's a podcast on iTunes called Grammar Girl that gives you easy to remember hints on confusing words.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:13 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CaMSVBuwJLI[/youtube]

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:25 pm
דורך פידלער
יואליש האט געשריבן:Effect and affect is particularly confusing because both could be a verb and a noun.

There's a podcast on iTunes called Grammar Girl that gives you easy to remember hints on confusing words.


גערעכט. איך האב טאקע פארגעסן פון affect גענוצט אלץ noun.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 3:27 pm
דורך ודי למבין
עניבאדי, קענט איר ערקלערן ווען מען שרייבט I had אדער I have had?

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 4:05 pm
דורך יאיר
ודי למבין האט געשריבן:עניבאדי, קענט איר ערקלערן ווען מען שרייבט I had אדער I have had?

i have had שרייבט מען נאר ווען מען רעדט וועגן א לענגערע צייט.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 4:14 pm
דורך ודי למבין
וואס מיינט א לענגערע צייט? (פעסט פאריסאל)?

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 4:22 pm
דורך יאיר
ודי למבין האט געשריבן:וואס מיינט א לענגערע צייט? (פעסט פאריסאל)?

איך מיין עס הייסט די פרעזענט פערפעקט. למשל, i have had a hard time during our stay in france. מען קען עס אויך נוצן ווען מען רעדט וועגן עפעס וואס האט פאסירט אין אן אומבאשטימטע צייט אין די עבר, למשל i have had this car a while ago.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 4:51 pm
דורך ודי למבין
א גרויסע ענגליש פראפעסער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האלט אז דאס איז די שווערסטע כלל אין ענגליש

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 5:19 pm
דורך זר זהב
דער ווארט מעטראפאליטען metropolitan זאגט וועבסטער איז ערשט גענוצט געווארן אנגעהויבן פון די 14'טע סענטורי. אבער רש"י נוצט די ווארט די וואך פסוק לו קאפיטאל כב "אל עיר מואב" זאגט רש"י אל מטרפולין שלו

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 5:47 pm
דורך געפילטע פיש
First known use אין ענגליש איז אין 14'טע סענטורי, אבער די ווארט שטאמט פון די גריכישע ווארט mētropolis וואס איז סאך עלטער.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 7:11 pm
דורך פידלער
יאיר האט געשריבן:
ודי למבין האט געשריבן:וואס מיינט א לענגערע צייט? (פעסט פאריסאל)?

איך מיין עס הייסט די פרעזענט פערפעקט. למשל, i have had a hard time during our stay in france. מען קען עס אויך נוצן ווען מען רעדט וועגן עפעס וואס האט פאסירט אין אן אומבאשטימטע צייט אין די עבר, למשל i have had this car a while ago.


גערעכט. Have had איז אין פרעזענט פערפעקט tense. דאס מיינט אז מען באהעפט עבר מיט הוה -- עפעס פון די פארגענגענהייט וואס איז נאך שייך יעצט. דיין צווייטע example, יאיר, דארף א שנוי, ווייל ס'רעדט זיך נאר פון די פארגאנגענהייט. א בעסערע example איז:
I have had this car for a while
דאס ווייזט אז איך האב געהאט די קאר אין די פארגענגענהייט (נישט קיין חילוק צו לעצטע חודש צו לעצטע יאר) און איך האב עס נאך אלץ יעצט.

@ודי למבין. Had איז פאר past tense, סתם צו זאגן אז מ'האט עפעס געהאט אין די פארגאנגענהייט.
I had that car. OR I had a good time

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:24 pm
דורך פידלער
א טעות וואס זייער אסאך מענטשן מאכן איז צו נוצן it's אנשטאט its. איך האב יעצט געזען די טעות ביי א גאר גוטע שרייבער, האב איך מיך דערמאנט.

It's מיינט it is. אויב מ'קען זאגן it is, קען מען שרייבן it's. מ'קען עס אויך אמאל נוצן אלס it has, ספעציעל אויב מ'רעדט אומפארמאל.
Its נוצט מען ווען מ'וויל ווייזן אז עפעס באלאנגט צו איינעם אדער צו א זאך. Its איז די gender-neutral ווערזיע פון his אדער her.

Examples: It's a beautiful day today. (it is). It's been a great year (it has). This machine comes with its own case. The cat dug a pit with its paws. I know that the company has many branches, but where is its main headquarters?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 3:38 pm
דורך הערשי
דבילה האט געשריבן:'ך באמערק אז דער פראבלעם פון then/than האט בעיקר מיט אינגעלייט וואס רעדן ענגליש מיט א שטארקע היימישע אקצענט, און דאס נעמט ביי זיי גענצליך ארויס די סענסיוויטעט פאר די ענגלישע Short a וואקאל. די וואקאל איז אזוי ווייט ארויס פון די קייט פון וואקאלן וואס א געווענליכע היימישע אינגערמאן נוצט, אז ווען זיי פרובירן צו רעדן ענגליש באמערקן זיי ניטאמאל וואו זיי פארפאסן דעם וואקאל, און דער אינגערמאן וואס נוצט יא דעם וואקאל ריכטיג קען באקומען צינישע בליקן כאילו ווי ער איז עפעס א אינגערמאן וואס האלט זיך פעסט... נאך א באווייז אויף דעם איז ווען ענגלישע ווערטער ווערן געשריבן אין אידיש, ווערט דער "short a" צומאל איבערגעשריבן מיט אן "ע". למשל, "גרענד" ארמי "פלעזע".
אינגעלייט וואס ווילן זיך לערנען ענגליש געהעריג דארפן ארבעטן אויף צו קענען "הערן" דעם "short a" און דערנאך וועט זיי זיין אסאך גרינגער צו דערקענען וועלכע ווערטער קומען מיט אן "a" און וועלכע מיט אן "e".

ס'אלץ נאר אין די ווערטערבוך. איך וואוין שוין אין ניו יארק א שיינע פאר יאר איך דענק אז ניו-יארקער מאכן נישט קיין באמערקבארער צווישנשייד.

ודי למבין האט געשריבן:עניבאדי, קענט איר ערקלערן ווען מען שרייבט I had אדער I have had?

אנדערע באנוצער האבן ערקלערט די כללים. איך וויל מוסיף זיין אז די כללים אין ענגליש זענען ענדליך צו אידיש. ווען זאגט מען "איך האב" און ווען זאגט מען "איך האב געהאט"? דער ענטפער ווייסטו דאך נאטורליך, איז אט אזוי איז מיט had / have had.

לגבי effect / affect, פיל ווערטער אין ענגליש "קענען" זיין ביידע, זאך און טאט, אבער צומאל, און אזוי איז אין דעם פאל, נוצט מען געווענטליך נאר איין חלק-הלשון.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:50 am
דורך boxcover
אויך אסאך פארטוישט איז advice מיט advise. advice איז די שם דבר, און advise איז די מעשה. מען זאגט איך זיך advice און I advise you.

א וועג צו געדענקען, איז ווען מען רעדט פונעם עבור מאכט נישט קיין סענס I adviced you, נאר I advised you.

פונקטואציעס

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 4:07 pm
דורך boxcover
כ'האב יעצט געענטפערט בנוגע פונקטואציעס אין די זאכן וואס כ'וויל וויסן אשכול.

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 4:19 pm
דורך סאשי פיש
ווען זאגט מען talk ?
און ווען זאגט מען speak ?

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 4:35 pm
דורך boxcover
סאשי פיש האט געשריבן:ווען זאגט מען talk ?
און ווען זאגט מען speak ?

כ'בין נישט 100% זיכער, אבער - ווי איל פארשטיי - איז עס נישט קיין גרויסע חילוק. ד.ה., מען מעג עס פארטוישען. אזויפיל יא, טאלק איז מער פאר עמך און speak איז מער פראפעשענאל אדער פארמעל.

אבער בלשון עבר, איז - מיין איך - נישט שייך צו זאגן I talked to you. וצ"ע.