אויף די קשיא וואס איז די חילוק פון אן אגנאסטיק ביז אן אטעאיסט, באמת אין מסקנה להלכה למעשה איז נישטא קיין גרויסע נפקא מינה. אז איינער 'ווייסט נישט' אז ס'איז דא א גאט, איז אים גאט פונקט אזוי מחייב ווי איינער וואס 'ווייסט אז נישט'. געזאגט האט דאס בערטראנד ראססעל ז"ל אין אן אויספיר צו זיין
"הימלישען טיי-קעסל" אנאלוגיע בזה"ל
"I ought to call myself an agnostic; but, for all practical purposes, I am an atheist......nobody can prove that there is not between the Earth and Mars a china teapot revolving in an elliptical orbit, but nobody thinks this sufficiently likely to be taken into account in practice."
דער נפק"מ איז נאר אן הילכתא למשיחא'דיגן. ד"ה, למשל אז מארגן געשעט עפעס אין דער וועלט וואס ווייזט אן לאגיש, מעבר לכל ספק א לעבעדיגע גאט, דער אגנאסטיג האט שוין זיין ענפער אויפן פלאץ, ער זעהט א גאט און זהו. דער אטעאיסט ווידער, וואס זיין צוגאנג צום ספק אין מציאת הבורא איז נישט דווקא מחמת חוסר ראיות, נאר צוליב קשיות אין די מעגליכקייט פון א כל יכול'דיגע בורא, וועט נאך אין יענעם מארגן האבן זייער א לאנגע וועג צו גיין ביז זאכן וועלן זיך שטעלן און פלאץ. ער דארף נאך א הסבר איבער
infinite regress, א לעזונג צום
כל-יכול פאראדאקס, אן ענפער אויף דאוקינס'
Ultimate Boeing 747 הנחה, א צופרידענשטעלנדן מהלך אין דער
ידיעה ובחירה פראבלעם, און אזוי ווייטער און ווייטער נאך אסאך ווייטער.
ווידער צו זאגן אז אטעאיזם איז א רעליגיע ווי אלע רעליגיעס, איז פונקט ווי צו טענה'ן אז
רוזא פארקס ע"ה האט זיך נישט געוואלט גיין זעצן הינטן פונעם באס 'ווייל זי האט פיינט געהאט ווייסע'...
אבער אלעס קומט צוריק צום סיום פון דברי 'הוגה'...
"למאי נ''מ דאס אלעס? ס'נישט קין נ''מ, נאר סתם א שמועס"