בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:22 am
דורך ידען
ער האט געלייגט א עד אין די דבר יום יומו אז סע וועט מער נישט געשעהן אזעלעכע זאכן ווי ט"ז תמוז.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:31 am
דורך זר זהב
Capture1.JPG

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:58 am
דורך טעפל
זר דו האסט עס אליינס געמאכט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:59 am
דורך זר זהב
סיז אין די היינטיגע דבר יום

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:13 pm
דורך מ. גליקמאן
פארוואס האט איהם אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי דער געשעפט אליינס דינגט אפ מענטשען זאלען מוחה זיין אויף זיי.
Any publicity is good publicity

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:58 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:
Capture1.JPG

און ר' משה שפירא הי"ו 'עט מאכן זיכער אז א יעדער הונגעריגער איד וואס טרעיט איבער די שוועל פון זיין געשעפט טוטצעך אן א גארטל און עסט מיט'ן הוט אויפ'ן קאפ און זאגט דעם יהי רצון. "הריני אוכל לכבוד בוראי ולא להנאת גופי, ח"ו". און די מחיצה 'עט זיין העכער ווי אין ביהמ"ד, און נאר מענער וועלן סערווירן ביי די מענער זייט. נאך תקנות וועל אי"ה נאכקומען מיט די צייט לפי ראות עיני החכמים, ה' עליהם יחיו. קאמאן, קאט דע בעלאוני.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:59 pm
דורך זר זהב
ביזט ביים קאונטער? זיי פארקויפן באלאוני? :D

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:02 pm
דורך berlbalaguleh
דארט אויך. אבער אין קול קורא פארקויפט ער זיכער בעלאוני. ווען ער וויל זיין א מזכה את הרבים פארקויפט ער די חידושים פון ר' שמעון שקאפ אויף מס' כתובות. אדער די פשט'לעך פון ר' צדוק הכהן מלובלין זי"ע, נישט קיין פיטא און פאלאפעל אדער סטעיק.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:58 pm
דורך טישו באקס
ווי ווערט דערמאנט אין זיין "הבהרה" (וואס די רופסט קול קורא) אז ער וויל מזכה זיין דעם רבים?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:12 pm
דורך למדן
פארוואס זעה איך נישט אין זיין צעטיל א גארטל , הריני אוכל און זיכוי הרבים? נאר איידל צובייסן יאכלו ענבים (פאלאפעל בלע"ז) וישבעו
אגב איז אביסל אינטערעסאנט דער לשון רוח אשר חכמים נוחה הימנו

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:54 pm
דורך berlbalaguleh
מ'קען אפשר טייטשן אז די אכילה 'עט זיין אויף אזא'ן אופן אז די חכמים (ווי למשל ר' ה-- ןן-- און ר' י.מ.ס,) וועןלן א הנאה האבן ווען אונץ עמער עסן פיטא און פאלאפעל אדער שישליק.... :lol:

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 3:13 am
דורך יואב
און ווייסט אפשר איינער וואס די פיינפולע דעמאניסטראטישע "חוקת הגוי" לוזינגען שטייען פאר?

עסן?
עסן פליישיגס?
עסן נאכן שקיעה?
עסן אין וויליאמסבורג?
עסן אין א געשעפט?
עסן פליישיגס אפילו בייטאג אפילו אינדרויסן פון ווילי?
עסן פליישיגס "דוקא אין א געשעפט" אפילו בייטאג אפילו אינדרויסן פון ווילי?
עסן נישט דוקא פליישיגס נישט דווקא נאכן שקיעה אבער אין וויליאמסבורג?
עסן נישט דוקא פליישיגס "אבער דווקא נאכן שקיעה" אפילו אין וויליאמסבורג?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 5:52 pm
דורך berlbalaguleh
למדן האט געשריבן:פארוואס זעה איך נישט אין זיין צעטיל א גארטל , הריני אוכל און זיכוי הרבים? נאר איידל צובייסן יאכלו ענבים (פאלאפעל בלע"ז) וישבעו
אגב איז אביסל אינטערעסאנט דער לשון רוח אשר חכמים נוחה הימנו

נו, אט דאס מיינט דער פסוק. ווען מ'האקט שטיקער פיצא אדער פאלאפעל 'עט מען דארפ'ן מאכן זיכער אז ס'איז "רוח חכמים נוחה הימנו. כאילו די חכמים זכרונם לברכה שטייען ביי די זייט און זאגן, "עסטץ קינדערלעך געזונטערהייט אויף ביידע באקן. יאנקעלע לייג ארויף אביסל מער טאמעיטא סאוס. אדער גיטעלע וואטש די טחינה טראפט אראפ, ס'עט שמוציג מאכן דיין קלייד. :lol:

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:31 am
דורך סאשי פיש
די צייטינגען באשרייבען יואלי ווייס....

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:33 am
דורך זר זהב
וואס איז דאס. דער על דיארא צייטונג?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:51 am
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:וואס איז דאס. דער על דיארא צייטונג?

?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:53 am
דורך סאשי פיש
טעפל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וואס איז דאס. דער על דיארא צייטונג?

?
?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:53 am
דורך זר זהב
דיין בילד זעהט אויס ווי א ספאנישער צייטונג

http://en.wikipedia.org/wiki/El_Diario_La_Prensa

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:03 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וואס איז דאס. דער על דיארא צייטונג?

זעט אויס ער שטייט יעדן טאג אויפן זעלבן פלאץ און לייענט א צווייטע צייטונג.

בילד

בילד

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:03 pm
דורך זר זהב
אמג הייסט יענץ איז פעיק?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:05 pm
דורך געפילטע פיש
אמג, האסט געמיינט אז נישט?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:06 pm
דורך זר זהב
ניין וואט די העק? שוין צום 2'טן טאג נאכאנאנד וואס איך ווער פארנערט! נעכטן איז עס געווען מיט די עראפלאן מיט איין פליגל