בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:00 am
דורך גנדי
איך בין אין שטאט!

איך האב פיינט די קאנטרי. אבער די שטאט איז ליידיג און דיפרעסינג...

אין מיין ליידיגע שול איז צו מיין שלעכטע מזל קיין איין שישקערער נישט געפארן אין קאנטרי...

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:20 am
דורך שמעקעדיג
טא לאמיר זיך כאטש טרעפן און גיין וועטשערען אינאיינעם..........

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:23 am
דורך זר זהב
די מוצ"ש איז געווען מיין איך עפעס אן אויסנאם, ס'גאר געווען העפטיגער דא ווי א געווענליכער מוצ"ש!

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 2:25 am
דורך סאשי פיש
די וואך מוצאי שבת איז עפעס אן אויסנאם שטיל אפילו בענזשמין פרענקלין האט נישט געגעבען זיין וועכענטליכע אנליז
נישט אזוי???

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 4:34 am
דורך סאשי פיש
איך כאפ שוין ווי דער גאנצער עולם איז.....

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 10:18 am
דורך gehlungen
סאשי פיש האט געשריבן:איך כאפ שוין ווי דער גאנצער עולם איז.....

L O L

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:49 pm
דורך מאראנצןזאפט
כ'שעם מיך צו ווייזן דאס פנים, ס'איז דאנערשטאג שבת נחמו, ווער ס'האט הענט און פוס האט אפגעפיצט, נאך דערצו אז ס'איז הונדערט דעגרי, די שטאט פוסטעוועט ווי א מדבר, און איך? פשוט נישט מן המיושב! איך בין דא כאילו לא היה, נישט קיין ראלי, קוטשערס, פליישמאנס, עמבעסי, ווערמאנט, ניו העמפשור, גארנישט!
אן אויסגעשפילטער צוריקגעבליבענער, זעסט מיר שטיין פאר א צענטן, טו א מצוה קום אריין, כעדיר אוועקליייגן א שאלעשידעס בילקע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:01 pm
דורך קאווע טרינקער
איך בלייב דאהי...

שוין, יעצט קען איך נישט גיין אין גאס, ס'וועט זיין גילוי..

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:25 pm
דורך סאשי פיש
אפשר קענען ענק אהער ברענגען [tag]זר זהב[/tag] ער איז נישט צום געפונען לעצטענס

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 8:07 pm
דורך סאשי פיש
איך מיין אז יעצט וואלטען אסאך מענטשען זיך געוואונטשען צו זיין אין שטאט מיט לעקטער ווי איידער אין די קאנטרי אן לעקטער
איך האף אז די קורצשלוס קומט נישט וועגען ענקער הקפדה און עיין הרע!!!

נשלח: מוצ"ש יולי 20, 2013 9:51 pm
דורך געפילטע פיש
און איך האב געמיינט אז שבת חזון דארף זיין די דיפרעסינג שבת, אזא נחמה אויף אלע גוים.

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 9:10 pm
דורך סאשי פיש
בין איך דער איינציגסטער וואס הערט א ווידער קול פון די שטילקייט היינט??.................

נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 12:15 pm
דורך סאשי פיש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.

לכבוד די זומער וועק איך אויף די אשכול,
און איך ברענג אראפ די פייערדיגע ווערטער פון [tag]מאראנצןזאפט[/tag] זי״ע.

נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 5:25 pm
דורך כוכב
יעדעס מאל מברענגט ארויף אן אלטע אשכול און איך זע וויאזוי אלטע אשכולות אפילו נארישע, האבן אויסגעזען, ווערט מיין הארץ פארקלעמט פון צער.
וואס האב איך געזינדיגט אנצוקומען נאך די זיבן זאטע יארן. איי ייא יי, זכרנו את הדגה, געווען אמאל חברה, זכותם יגן ואנחה.

נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 6:55 pm
דורך גנדי
Crickets... Crickets

פארגעסן אין שטאט איז דאס אויך נישט דא...

נשלח: מוצ"ש יוני 28, 2014 11:21 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש: הלוואי וואלט אזוי געוועין. הלואי וואלט דער היימישער עולם געגאנגען פאר עקסערסייז, און ווארק-אוטס. איך האב א קאנספיראטיווע טעאריע. אז די בעקישע און סוט סוחרים זענען פאראינטרעסירט אז דער היימישער עולם זאל נישט טון קיין שום עקסערסייז. ווייל אזוי קענען זיי פארקויפן ברייטערע סוטס און בעקישעס, מיט מער סחורה.
ערנסט גערעדט. אינז מיז מיר אנהייבן טון ווארקאוטס. א יעדער איינער לפי מדרגתו. און... איך גיי דא שרייבן א שטיק אפיקורסות, ר"ל מהאי דעתא. אז מ'זאל איינפירן ספארטס אין אלע היימישע ישיבות. ס'האט א סאך מעלות. (פון די חסרונות רעד איך דא נישט.). איינס פון די מעלות וואס איך האב איינגעזעען פון מיין אייגענע עקספיריענס אלס באס דרייווער. ווען די יונגלעך/בחורים האצקען זיך אויס אין משך פון טאג, זענען זיי א סאך רואיגער ווען זיי פארן אהיים מיט'ן באס. און, פארשטייצעך, די מעלות פאר'ן געזונט איז דאך א פשיטא... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: ;) :o

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 7:38 am
דורך אשכולות אויפוועקער
סאשי פיש האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.

לכבוד די זומער וועק איך אויף די אשכול,
און איך ברענג אראפ די פייערדיגע ווערטער פון [tag]מאראנצןזאפט[/tag] זי״ע.

גנב

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 12:22 pm
דורך כוכב
יויש טאטע, כברעך שוין פון די נארישע טאפיק, אהרן האט אהער געזאגט אהין געזאגט וואס דאמינירט דא דעם אויבן אן, ווער געט א פליעדיגע וויאזוי הייסט נאר וואס ער האט יא אדער נישט געזאגט אפשר קען מען שוין טוישן טאפיק דא.
סטויג נישט די מצב, כטראכט ערנסט ארויס צו נעמען א באנגעלוי.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 12:28 pm
דורך שבת אחים
און וואס מיינסטו גייט מען דארט רעדן, נישט פון די נארישע פאליטיק???

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 12:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'גייט דארט רעדן די זעלבע זאכן, אבער עטליסט ס'וועט זיין איבער א גריל, אדער א מיטנאכט שווימן וואלי באל.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:16 pm
דורך איך אויך
סאו לאמיר מאכן א 'גריל אן קאווע'. (שוורצע קאווע אדער בהמתנת חצי שעה)

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:34 pm
דורך פליקער
לכבוד אשכול אויפוועקער
איך באגריס זייער דיין אויפוועקן אלטע אשכולות, פאר עטליכע סיבות,
קודם די אלטע אשכולות זענען געוועין מלא טעם, די חברה פינעם אמאל נישט אזוי לאנג ציריק, אפילו ביז אפילו איין יאר ציריק, זענען געוועין ריכטיגע חברה מיט וועימען מען האט געקענט מיט זיי צים טיש גיין, דעריבער יעדע עלטערע אשכול באזינדער ברעינגט מיר א נאסטאלדזיע צים אמאל.

היינט איז נאר דא נערישע אשכולות, ווי כוכב האט שוין ערוועינט, פאליטיק צימעס וואס האט איבער געגאסן און פארפלייצט דעים אויבן אן פון אקטיווע, עס ברעינגט מיר א איבל.

על כן קלער איך א פלאן, אז די זאלסט חוץ פון זיין א אשכולות אויפוועקער, זיי א ניק אויפוועקער, עס בעינקט זיך גאר שטארק צי זר זהב, איחוד פעלד, קאווע טרינקער, הוגה, ידען, לעיקוואד, אחד העם, פשוט קאמפלצירט, קיפערניקוס, לעמאן דזשאס, מאראנצען זאפט, ועוד וואס איך האב שוין אפילו פארגעסן, ווי זענען זיי, וועקט זיי אויף, שוין געניג הייברענירט. אפילו די וואס זענען דא, זענען מער נישט אויסן צי שרייבן, זיי האבן מחליט געוועין נאר צי מגיב זיין, און האלטן זייערע טאלאנטען פאר א אנדערע זמן, פארוואס זאל מען נישט הארן עפעס פון יאיר, יואב, ראשעקאל, עפעס שמעקעדיג, בן תמליון, וועקט אייך אויף, איידער עס איז צי שפעיט, לעצטענס געפין איך שוין אפילו איי וועלט אינטערעסאנטער, עס איז שוין באלט אויס וועלט.
איך וואלט געטעגט יעדען פשוט פאר ליידיגיין, יהא רעווא כאילו טעגני את הכל.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:41 pm
דורך איך אויך
אויב ער איז מצליח צוריקצוברענגן איש עברי אהובי פארגעס איך מיין ביף מיט עם.