בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 12:15 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:הצלחה קאר סערוויס
בני תורה קאר סערוויס

שלום לאנדאו - פאפי וואן טו גאו

משה האפפמאן ספרים געשעפט - מען איז נאר אריין דארט איין מאהל. ער איז נעבעך געוועהן אזא נערוועזער אז ער האט געווארפען א פחד אויף איעדער וואס האט נאר געטראכט פון דארט אריין גיין

אין וויליאמבורג אויף ראדני אקעגען איבער סאטמר און שפעטער לעבען פאפא פלעגט זיין א ספרים געשעפט אזוי אנגעפאקט אז מען האט נישט געקענט אריין גיין. איך געדענק נישט זיין נאמען

מעכיל טאי סטאר

פאלאצ'ינטא: ר' משה האפפמאן איז געווען זייער שטארק נערוועז פאר א גוטע סיבה. ער האט א סאך איבערגעלעבט ביי די וועלט מלחמה. ער איז אויך געווען א..."קאפאו"...אבער א גוטער. א סאך געהאלפן פאר זיינע אידישע ברודער. ער פלעגט זיך דרייען אין די קאך און מיט מסי"נ ארויסגעגנב'עט א פאטעיטא דא און א מאייער דארט. און געברענגט פאר זיינע אויסגעהונגערטע אידישע ברודער און שוועסטער...זכותו יגן עלינו...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 12:46 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
שמעקעדיג האט געשריבן:פילאפס גראסערי געדענק איך גוט,
און וואס איז מיט ניימאנ'ס גראסערי די אנדערע זייט גאס, העריסאן קארנער פען?חחח
כ'געדענק נאך גוט דעם בעה"ב ר' ישראל ניימאן (ע"ה) [url=null]שליט"א[/url], א צדיק פון א איד, געדאווענט אין קיוויאשד ביהמ"ד דערנעבן,
ווען מען איז אריינגעקומען צונעם אין געשעפט צו האט ער כסדר געהאט א גוט ווארט נאכצוזאגן, און אויב האסטו זיך פארהערט ביי אים א משנה האסטו באקומען א דעינעש... אוי, גוטע צייטן געווען.

היום 9 יאר נאך די תגובה לעבט ער נאך לאויש"ט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 12:48 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
berlbalaguleh האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:הצלחה קאר סערוויס
בני תורה קאר סערוויס

שלום לאנדאו - פאפי וואן טו גאו

משה האפפמאן ספרים געשעפט - מען איז נאר אריין דארט איין מאהל. ער איז נעבעך געוועהן אזא נערוועזער אז ער האט געווארפען א פחד אויף איעדער וואס האט נאר געטראכט פון דארט אריין גיין

אין וויליאמבורג אויף ראדני אקעגען איבער סאטמר און שפעטער לעבען פאפא פלעגט זיין א ספרים געשעפט אזוי אנגעפאקט אז מען האט נישט געקענט אריין גיין. איך געדענק נישט זיין נאמען

מעכיל טאי סטאר

פאלאצ'ינטא: ר' משה האפפמאן איז געווען זייער שטארק נערוועז פאר א גוטע סיבה. ער האט א סאך איבערגעלעבט ביי די וועלט מלחמה. ער איז אויך געווען א..."קאפאו"...אבער א גוטער. א סאך געהאלפן פאר זיינע אידישע ברודער. ער פלעגט זיך דרייען אין די קאך און מיט מסי"נ ארויסגעגנב'עט א פאטעיטא דא און א מאייער דארט. און געברענגט פאר זיינע אויסגעהונגערטע אידישע ברודער און שוועסטער...זכותו יגן עלינו...!


אויך האט ער געגרינדעט די ערשטע חברה שומרים אין וומסב"ג נאכ׳ן זען א איד ליגט אויף די פלאר צוקלאפט פון א גוי