בלאט 2 פון 2

נשלח: מוצ"ש יולי 06, 2013 11:55 pm
דורך boxcover
פרענטש וואנילע האט געשריבן:יעדע שטאט האט טאקע די אייגענע מעלות און חסרונות, אבער ווי די וועלט זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעט א מייל", געסט פון די גאנצע וועלט זאגען אז מ'זעט נישט אזא שטאט אין די גאנצע וועלט, נאר פרומע אידען, ס'איז א מורא'דיגע חן, (חוץ פאר די וואס דער זאך קרענקט זיי נעבעך..) און אין וויליאמסבורג איז נישט דא די זעלבע צאל אומגעפילטערטע אינטערנעט ווי די אנדערע שטעט וואס דו האסט אנגעכאפט, אבסאלוטלי נישט! (איך ווייס ניט אין וועלכע ביהמ"ד דו דרייסט זיך און מיט וועמען דו טרעפסט זיך, אבער די שטאט אין זשענערעל, איז פיל ריינער אין די אלע זאכען ווי די אנדערע שטעט), אין ווילי זעט מען מער אינגעלייט מיט אראפגעבויגענע קעפ אויף די גאס און אין געשעפטען, די בתי מדרשים קוקען אויך אוס אנדערש, פארפאלען, ס'איז א היימישערע פרומערע שטאט.. דו פאקטא..

גאנץ שיין ארויסגעברענגט די מעלות. we can call it a day. יעצט קען מען זיך נעמען צו די איבריגע...

וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 11:43 am
דורך ישבה בדד
אונזער שטעטעלע ווילי . האט א וועלט מיט מעלות ומידות טובות . אין דער עיקר רובא דרובא מענטשין זענען גיטע -פיינע מענטשין .נאר איין זעהר גוואלדיקער פראבלעם האבען מיר ליידער . מיר לעבין זייער שטארק פאר דעם צווייטען דער שכן [וואס מיר קענען אפילו נישט] מיר לעבין נישט אונזער אייגענעם לעבין . וואס מיר זענען באמת . מיר טוען זעך אהן לויט דעם צווייטענס געשמאק לויט דעם צווייטענס טאש . בקיצור מיר ווילען געפעלען פאר יעדען .נאר נישט פאר אונז . אין דאס איז איינס פין דער עיקר פראבלעם פאר וואס מיר פארלירען דיא קינדער רח''ל .

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 12:59 pm
דורך בעל הבית
וועגן דעם שריי איך לאמיר גיין וואנען אין סטעדין עיילענד

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:18 pm
דורך שמעקעדיג
אין סטעטן איילאנד וועט נישט הערשן דעם פראבלעם?
עס האט מיט די מענטאליטעט פון מענטשן, נישט די אויר המקום.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:23 pm
דורך פלוין פון ממרא
אז יעדער וואנט אין א וואן פאמילע הויז אפגעריגט פין דעם שכן אפאר פוס איז שון שווערער ,

אין ווי נישט ווי אביסיל שאדט נישט, מיר זענען דאך כולנו בני איש אחד אנחנו

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:01 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
וויליאמסבורג א שטאט וואס ווערט געפירט ביי עטליכע יחידים וואס טיהן מיטן עולם וואס זיי ווילן זיי מאכן מיליאנען אויף אונזער חשבן און פיטערן אונז מיט פארשימעלטע פאטעיטאס פאר פסח און מיט דאס קויפן זיי אונז אפ און אויב איינער וויל נאר עפעס שלעכטס זאגן אויף די פירערס הייבט זיך אן די גאנצע מדובר צו זיי מאכן יא געלט פון דעיס צו נישט צו זיי האבן יא הייזער וואס באלאנגען צו זיי וואס גייט פאר גוים צו נישט און מיט דעים ענדיגט זיך די גאנצע זאך און אזוי גייט עס שוין אן יארן ואין פוצה פה ומצפצף און נאכדעים ווען עס קומט צו גיין שטומען לויפט דער עולם ווי די ציגעלעך צום שחיטה שטומען פאר וועלכע פאליטישאנס זיי האבן א אינטערעסע זאל געווינען כדי זיי זאלן קענען מאכן זייערע גניבות נאכמער אומגעשטערט און פיטערן די עולם מיט פרישע גורלות פאר דירות וואס מען וועט מילא נישט געווינען ווייל דאס ברויך גיין פאר אלע ראשי קהילות קינדער מיט אייניקלעך. ...... דאס איז וויליאמסבורג און קיינער טוט גארנישט ....

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:21 pm
דורך שמעקעדיג
מיין פאטעיטאס איז גראדע נישט געווען פארשימעלט.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:29 pm
דורך איך אויך
וועלקאם ר' שאול.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:55 am
דורך ישבה בדד
אזוי ווי ס'קומען יעצט דיא ימי הרחמים והרצון וימי דין וחשבון לאמיר אנפאנגען מאכען א חשבון הנפש מה חובת האדם בעולמו. נאך וואס האט דער אייבירשטער אונז אראפ געשיקט אויף דעם עולם העשי' . וואס וויל גאט ב''ה פין אונז. ס'איז דאך דא עפעס א מטרה. און לאמער אלע צוזאמען און באזונדער אנפאנגען עהרפילען אט דיא מטרה. אין קאכען זיך אין דעם. קאכען זיך מיט דעם אייבירשטען. ממילא וועלן מיר זיין פארנומען מיט זיך . און לעבן '''''''''אונזער'''''''''''''''' לעבן. אונד אז דאס הויז געזונט וועט זעהן דעם טויש אין אונז. וועט זיא זיך טוישען. און דאס גאנצע הויז וועט ווערן אנדערש. קינדער מיט קינדס קינדער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:51 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:וויליאמסבורג א שטאט וואס ווערט געפירט ביי עטליכע יחידים וואס טיהן מיטן עולם וואס זיי ווילן זיי מאכן מיליאנען אויף אונזער חשבן און פיטערן אונז מיט פארשימעלטע פאטעיטאס פאר פסח און מיט דאס קויפן זיי אונז אפ און אויב איינער וויל נאר עפעס שלעכטס זאגן אויף די פירערס הייבט זיך אן די גאנצע מדובר צו זיי מאכן יא געלט פון דעיס צו נישט צו זיי האבן יא הייזער וואס באלאנגען צו זיי וואס גייט פאר גוים צו נישט און מיט דעים ענדיגט זיך די גאנצע זאך און אזוי גייט עס שוין אן יארן ואין פוצה פה ומצפצף און נאכדעים ווען עס קומט צו גיין שטומען לויפט דער עולם ווי די ציגעלעך צום שחיטה שטומען פאר וועלכע פאליטישאנס זיי האבן א אינטערעסע זאל געווינען כדי זיי זאלן קענען מאכן זייערע גניבות נאכמער אומגעשטערט און פיטערן די עולם מיט פרישע גורלות פאר דירות וואס מען וועט מילא נישט געווינען ווייל דאס ברויך גיין פאר אלע ראשי קהילות קינדער מיט אייניקלעך. ...... דאס איז וויליאמסבורג און קיינער טוט גארנישט ....

מזל טוב וויליאמסבורג! אויפן גרויסן פארלאנג פון ר'משה דוד נידערמאן האט DOT באשטעטיגט פון היינט אין ווייטער נאר איין לעין פאר די קאר'ס אויף בעדפארד פון קליימער סט. און ווייטער! מיר האפן מער אין מער אויפצוטוען פארן ציבור, נישט נאר צוזאגן ביי די וואלן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:38 am
דורך גנדי
מען זעהט באשיינפעלעך ווי די אייבישטער באצאלט פאר די עסקנים וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה.

אייביג ווען עס זענען דא גורלות אויף דירות אין וויליאמסבורג, געוואונען דאס די קינדער פון עסקנים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:42 am
דורך נח בער
זיך גרייטנדיג אפצושרייבן א לענגערער באריכט איבערן צוקונפט פון עיר ואם בישראל וויליאמסבורג וואס די גוטע נייעס איבער איר גלארריכער צוקונפט קומען אריין טעגליך צום פרייד פון אירע פילע פארקנעכטעטע איינוואוינער, האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם אשכול, איז דעריבער פאסיג צו ממשיך זיין דער ארבעט וואס דער פותח האשכול ז"ל האט אונז פארשפראכן.

עס איז שוין יארן דער שמועס אז מען ברויך פרישע געגנטער ווייל די אלטגעזעסענע זענען שוין איבערגעפילט עד אפס מקום אבער עס האט נישט אויסגעזען אז עס ווילן צופיל תושבי ווילי ארויסקריכן פון דעם שטונק אין וואס זיי זענען אזוי ווייטאגליך אנגעטשעפעט ווי אין א מחלה וואס קיין שום תרופה העלפט איר נישט.

קלוגע אידן האבן שוין יארן צוריק פארשטאנען אז עס איז נישטא קיין שום עצה פאר דעם וויליאמסבורגער מוח זיך ארויסצוזען פון זיין אייגן געמאכטער קרענק ווי א גירוש פון אן אמאליגער צאר, ווייל ער וועט אלעס אנווענדן צו בלייבן שטעקן אין זיין לעכל און צאלן כמה פעמים פון זיין געהאלט און אנבארגן חובות אלץ כדי ער זאל זיין נאנט צום פאנאטיש פארשמייליגטן שטאט.

די נייעס וואס קומען אריין טעגליך אז די ישועה איז נאנט איז דערפרישנד און פרייליך ביז גאר. ווער האט געגלייבט אז עס וועט נישט לאנג נעמען און מיר וועלן נאך אליינס זוכה זיין צו זען ווי מיר פארן אוועק פון דעם פארווייטאגטע יישוב וואס איז אזוי פול מיט אידן האס וואס פארשווארצט דאס פנים פון ערליכן אידנטום?

באקענט אייך מיט איינס פון די ערשטע פעלער וואס פרישע פראיעקטן ווערן אויפגעשטעלט בתוככי וויליאמסבורג וואס וועט איבערנעמען דאס ארט פון אידישע קינדער און געצוואונגענערהייט וועט מען געראטעוועט ווערן פון די קייטן אין וואס מען האט זיך הערמעטיש פארקניפט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:04 am
דורך ישראל קאפקע
100 יוניטס אין 75000 ס''פ, מינוס 2000 ס''פ ריטעיל אונטערשטן שטאק, 730 ס''פ דירות? גאנץ ווארשיינליך 'נישט' פאר אונז!! :(

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:46 am
דורך ציבעלע-קיגל
יידל האט געשריבן:
מען פארציילט: א איד האט אנגעטראפן סאטמארער רב זצ"ל ווען ער איז ארויס זיין ערשטע שבת אין וויליאמסבורג מיט א שטריימל אויף די גאס, האט דער איד זיך אנגערופן "סאטמערער רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!". האט סאטמערער רב געענטפערט: "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן". לא ארכו ימים ונתקיים הבטחתו של אותו צדיק.


ער האט עס נישט קאלי' געמאכט אבער זיינע חסידים האבען עס זיכער אריין געשאסען אין די אדמה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:39 pm
דורך בשבילי!
ווילי בתפארתו

rps20141228_223858.jpg