בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:29 am
דורך מ. גליקמאן
:o

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:46 am
דורך טעפל
ב"ה ס'איז געלונגען פאר קופערניקוס און ר' יענקל האט באקומען פאר דעם, "מזל טוב מזל טוב" (בניגון המקובל בהלוויות אדמורי"ם ז"ל כשמכתירים אדמו"ר חדש)..

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 7:06 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב יידל פאר איבער 3,000 לייקס.
כאטש יידל און יאנקל דרייען זיך נישט דא אפט לעיטלי, וואקסן אבער די צאל לייקס...

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
ס'קימט א ערענסטע שמחה

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:11 pm
דורך שמעקעדיג
יאיר? הא??

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:17 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר טאקע אויך אבער נישט אין דעי אשכול

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 5:27 pm
דורך אפטעמיסט
איך קלער אזוי צי איך זאל יא שרייבן צי נישט. כ'מיין, ווער בין איך? איך פיל מיר ווי א מורה הלכה בפני רבו אביסל.
איז אזוי, ראשעקאל האט שוין אנגעגרייט דעם עולם צום בעפארשטיינדע שמחה און איצט קען מען אפיציעל וואונטשן החכם הכולל, מרן [tag]לעיקוואד[/tag] שליט"א לכבוד זיין עררייכן 3000 לייקס קעניינעהרע. איך וואונדער מיר צו דער רמב"ם בימינו וועט זיך בכלל וויסענדיג מאכן פון די שמחה.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:47 pm
דורך שמעקעדיג
זאג מיר וועלכע גוטע זאך האסטו היינט געטון אז דו האסט זוכה געווען?

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:56 pm
דורך הוגה
אליבא דאמת האט געשריבן:אז איך האב געעפענט דעם אשכול
viewtopic.php?f=24&t=6708
און אפשר וועט עס העלפען אפילו נאר איינער אז ער זאל נישט ווערן OTD נאר בלייבן ביי אמת'ע אידישקייט


זייער א שיינע טשעפע, [tag]אליבא דאמת[/tag]. מיינסט טאקע אז איך ווער אונטער געקויפט מיט נארישע לייקס? :D


.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:36 am
דורך שמעקעדיג
מזל טוב הוגה פאר די שלשת אלפים!

לעצטנס פאנפעסטו אונטער, דו דרייסט זיך ארויס פון דיין גאט-געשאנקענעם טאלאנט צו שרייבן אינהאלטסרייכע ארטיקלען, מיר האפן אז די 3,000 לייקס וועט דיר געבן א געוואונטשענעם שטופ (כאטש דו טענה'סט אז מען קען דיר נישט אונטערקויפן, אבער פארפאלן, א קאמפלימענט האט יעדער ליב, פרוביר נישט צו לייקענען!), און בקרוב ווען מען קענען וואונטשן אויף 4,000.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:43 am
דורך [NAMELESS]
מזל טוב הוגה!!!

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:46 am
דורך אפטעמיסט
איך בין מיך מצרף צו די וואונטשן פאר גדל מרבן שמו ר' הוגה.

סתם, דרך אגב: פרייטאג צונאכטס פארדריי איך אביסל די ניסוח און כ'בענטש מיינע קליינע, ישמך אלקים כהוגה וכמנשה. בך יתברכו ישראל!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך וויל באדאנקן חברינו היקר [tag]ראשעקאל[/tag], פאר'ן מיר געבן נעכטן נאכט די 3000'סטע לייק. א ייש"כ אויך פאר אלע לייקערס ביז אהין. ייש"כ פאר די חיזוק.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 7:45 pm
דורך כוכב
[center]
מומע יענטל גרייט שוין די גרויסע טעפ, ר' מאטל האט שוין אוועקגעלייגט א פיינע קרים מאלאגא, ר' משה יענקל האט שוין געלייגט אן אויג אויפ'ן אויבן אן, א בענקל נעבן די קרעימעש קעיק, אלעס גרייט זיך צום גרויסן שמחה ביים בדחנא דמלכא, חכימא דיהודאי, אב בחכמה ורך בשנים, משמח אלוקים ואנשים, עט סופר מהיר במלאכתו, מרן
[tag]יואב[/tag]
צום דערגרייכונג פון 3000 לייקס (בערךנאך א תגובה א האלב) כן ירבו.
יואב איז די קעניג פון לייקס, קעווין אלערי וואלט זיך מחי' געווען מיט אזעלכע מארזשינס, שטייענדיג אונטער 1000 תגובות, נומערן וואס מ'האט שוין נישט געזען זינט די קופערניקעס עפאכע.
יואב פארפאסט נישט א געלעגנהייט פון ארויפברענגען אויף אונזערע לעפצן א שמייכל, אבער בד בבד זענען זיינע תגובות מלא מדע וחכמה ושכל הישר פון וואס אלע זענען אזויפיל נהנה.
גלייכצייטיג בעטן מיר דעם שר צבא ה', פליז גיי נישט או. טי. די., די ראדני שאלעשסידעס בילקע איז טאקע נישט אזוי צום הארצן, אבער מיר פארגינען דיר נישט פאר יאשקע.
[/center]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 7:56 pm
דורך יואב
שכח כוכב פאר די באגריסונגען! איך ווייס נאר נישט וואס צוריק צו שרייבן. ווי שוין געשריבן אינעם "קאווע שטעטל" אשכול, איז מיר שווער צו טיילן ברכות און קאמפלימענטן. די זעלבע איז בנוגע נעמען, איך גלייך דאס, דאוינט געט מי ראנג, אבער איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו עסן. קודם איז אבער זיכער אז מיט דער איצטיגער תגובה - - וואס איך שרייב יא צו נישט - - האב איך מיך געריקט מיט נאך א תגובה נענטער צו טויזנט.

איין זאך נאר: גלייב מיר יאשקע וועט פונקט אזוי קלאגן אויב זאל איך גיין OTD, ער וועט נאר דערלייגן. ודו"ק.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:03 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]יואב[/tag]!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב צו אונזער אלעמען באליבטן [tag]ראשעקאל[/tag]. ראשעקאל אז אונז מהנה אויף אזוי פיל אופנים. עקסקלוסיוו בילדער, וודיאוס און נייעס. אונזער ראשעקאל איז יוניק מיט דעם אז ער איז בכלל נישט א גבר אלים נאר א גאר געשמאקער און צוגעלאזענער. ראשעקאל ווי לאוו יו!! (באמת קומט זיך א פאעזיע פאר אזא איש חשוב, אבער די פארמעסט האט געדרענט מיין פאעזיע בעטערי. ועוד חזון)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:29 pm
דורך שמעון וואלף
אזויווי ס'איז ערווארטעט א ריזן עולם וואס וועט אנטיילנעמען בשמחת ראש קהילתנו און אפגעבן מזל טוב, בעט מען זייער מ'זאל זיך נישט שטיפן נאר גיין פון דרום צו צפון. א ספעציעלע דורכגאנג וועט ווערן צוגעשטעלט פאר זקני אנ"ש.

מזל טוב, מזל טוב!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
פשיהא!!!
שקויעך רויטע!!

און נאך דערצו מיט דיין חתימה............ (נישט דא קיין קיש אייקאן?)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:59 am
דורך שמעקעדיג
מזל טוב ראשעקאל! שמחתך הוא שמחתינו!! מזל טוב פאר אלע פון אונז!!! לאורך ימים ושנים טובות..

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:56 am
דורך לית דין בר נש
[tag]ראשעקאל[/tag] איך וואלט גיבעטן אז לכבוד די שמחה בבית ראש קהלינו זאלסטו זיך לאזן אינטערוויוע"ן דא אויפן פארום און ארויסגעבן אביסל סודות פון חדר ווי האסטו צוטריט צו יעדע בילד, בלעטל וואס דרייט זיך בעלמא הדין און צו יעדע אויסגאבע נאך איידער עס קומט ארויס?
[tag]כוכב[/tag] איך וואלט דיר געוואלט נאמינירן (מחוצף ווער האט דיר גיפרעגט) אז די זאלסט זיין די אינטערוויער.
יישר כח למפרע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
קיין פראבלעם. עפען א אשכול מיט אלע קושיות, און כ'וועל טרייען צו ענטפערן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:49 pm
דורך מאטי
כ'על גיין גלייך צום פאנטשליין.

וואספארא מעסעזדש האט איר איבערצוגעבן פאר די ק"ש ליינער?