בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 9:56 am
דורך על המחיה
יישר כח פאר די לינק. גאר אינטרעסאנט און בארייכענט
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 9:05 pm
דורך lowlow
איך האב זייער הנאה אז זיי דריקען
אדרבה זאלן זיי מאכן אזוינס פון רבינו שלמה אויך
פון מיין קהלה וועט סייווי גארנישט ארויסקומען זאל מען כאטש הנאה האבן פון זיי
איך האב זייער מגן אבות מנהגי שבת הגם עס איז דא אסאך שטותים איז אבער אויך דא אסאך שיינע זאכן וואס איך האב שטארק הנאה
פון זאגן קריטיג אויף יעדע זאך וואס מען דריקט אויף די וועלט און אליין טוט מען גארנישט פון דעם האט קיינער גארנישט
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 10:23 pm
דורך אביגדור
בלי נדר.
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:04 pm
דורך smartinof
אבער איין קושיא בלייבט אומפארענטפערט פארוואס שאצען זיי אונטער זייער גרויסער ריזיגער מעכטיגער מנהיג מיט'ן אים טיטולירן קדושת ציון, די ריכטיגע טיטול אויף אים, לדברם, וואלט באדארפט צו זיין קודש קדשים ציון...
זאלן זיי נאר גיין הערן פון דעם באכנער פון ווילעמסבורג א א תלמיד פונ'ם קודש קדשים וואס ער האט צו דערציילען אויפ'ן קודש קדשים...
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:19 pm
דורך איך אויך
וואס פארציילט ער?
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:42 am
דורך [NAMELESS]
וואס די מצוה?דיין ערשטע תגובה דארף זיין א נעגאטיווע בייסיג שטיקל קעגן א גדול ומנהיג וועמען אסאך ניקים דא גלייבן אין. קוים ארויס פון די ווינדלען און שוין בליל כלולות בא עליה שלא כדרכה? שרייב א הונדערט זיסע רייד און נאכדעם שיס אויס קוילן. דיסלייק.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:09 am
דורך [NAMELESS]
רעדן אויף א גדול מיט זלזול (לאפוקי לעגיטימע קריטיק און אינפארמאציע וואס איז וויכטיג אז דאס פאלק זאל קענען אירע פירער) איז נישט די עיקר פראבלעם ווייל מען איז פוגע אין כבודו של אותו צדיק, דער צדיק איז שוין לאנג אין גיהנום בתוך שאר צדיקי עולם אדער אין גן עדן צווישן די תחתונים למעלה אדער מגולגל אין א סעלמאן אם זכה אדער אין א קרעפ אויב אנז ער בחייו געווען פול אף איט. מזלזל זיין אין א מנהיג איז וויי טון די הרגשים פון צאן מרעיתו און דאס איז א הומאניטארישע זינד.
בדרך זה בין איך ברוגז אויף פארביסענע אטעאיסטן וואס שטויסן זייער כפירה דוגרי אין פנים אריין. והיה אם - גאט זאל באהיטן עס איז נישטא קיין גאט, השם ישמרנו, היה לא תהיה, אבער גאט גלויביגע איז דאך דא, והיה אם לא תאמין באזוך אין פאיער מקוה און אין חובבי תורה. אלזא ווען די פלאטערסט דיין אטעאיזם פאן מיט אראגאנץ טוסטו א בין אדם לחברו זינד.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:19 am
דורך לאליפאפ
[tag]
סאו וואט[/tag] פארוואס קומסטו צוברעכן אזא שיינע אשכול מיט נידריגע רייד, האלטסט נישט פונעם באבובער רב וואס איז געווען א צדיק וקדוש? איז נישט! אבער מיינט נישט אז דו דארפסט יעצט גיין אנ׳קאטשקענען יעדע קדושת ציון און צולייגן דיין גראממאר הערה. ביי די וועי קען זיין אז ער האט געראטעוועט דיין זיידע פון השכלה, און אזוי ווי איך רעד נישט אקעגן ר מיכאל בער ווייסמאנדל אפילו ער האט ״מיך״ גארנישט ארויסגעהאלפן, די זעלבע...
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:00 pm
דורך איך אויך
אזויפיל ווייס איך ,וואס דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אויף האדמו"ר מהר''ש מבאבוב "זיין טאטע האט שוין געדארפט זכות אבות"...
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:23 pm
דורך smartinof
און נאך האט דער קלויזענבורגר געזאגט, באבובער רב, פרישע בילקעס עסט ער זייער שיין...
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:34 pm
דורך אביגדור
הרוצה לשקר וכו'.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:44 pm
דורך דעת תורה
די איראניע איז אז ער איז יא געווען רב אין קלויזענבורג, אבער נישט אין די שטאטישע קהילה נאר אין עפעס א בני יואל'ע סטיל קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט פון די אריגינעלע קהילה. אויך דארטן האט מען אים נישט דירעקט אויפגענומען, די קהילה האט נאר געשיקט א קאנסוס פאר זיין "פעטער לבן..." דער סאטמארער רב, וועלכער האט עס אוודאי נישט געהאלטן ביים אננעמען, נאר אנשטאט אריין געשטעלט במקומו זיין נעפיו, יעקב אבינו. איך מיין דער קלויזענבורגער.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 6:04 pm
דורך לאליפאפ
איך אויך האט געשריבן:אזויפיל ווייס איך ,וואס דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אויף האדמו"ר מהר''ש מבאבוב "זיין טאטע האט שוין געדארפט זכות אבות"...
ס׳איז גאר איראניש ווען מענטשן וואס זוכן חוזק צו מאכן פון... קדושת ציון זצוק״ל און ברענגען מימרות פון נישט קיין צווייטן ווי קלויזענבורגער רב
ער איז לכל הדיעות געווען אינטערעסאנט... און נישט געווען נאך די מלחמה ביי די כוחות צו מעיד זיין אויף קיינעם.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 6:27 pm
דורך זר זהב
מדערציילט אז רבי מיכאל בער האט געוואלט עפעס איינמאל אנרייסן באבויקערן דעם קלויזענבורגער זצל.
אזא שאד. סוואלט געווען א יו טוב היט
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 8:39 pm
דורך סאו וואט
במחכ"ת אביסעלע פאזיטיוו
הגאון אדמו"ר מקלויזענבורג זצוק"ל מיט זיין תורה, תלמוד תורה כנגד כולם, גם כנגד מידות, אביסעל גארליץ שארפקייט, נא, נישט געפערליך
עניוועי צו זיין אן איידעם ביים עצי חיים איז לכאורה שענער ווי ביים קדושת ציון, הא?
נו ווער האט איבערגענומען דעם קלויזענבורגער רב'ס פלאץ? ר' משה סטעמפיל, אה דאס איז איין שיין יחוס, שכל ארץ גאליציע רעש משידוך [...] זו.
פארגעס נישט אפזאגען א שידוך, און פארוואס ס'ווערט נישט דארף הערן ביידע צדדים.
ולעומת זה סיפר לי הרה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שיחי' מסאטמאר, שכידוע היה הברך משה בבאבוב, ולמה? ווייל מ'האט אנגעטראגען איינע פון דו טעכטער פון קדו"צ.
והברך משה ראה שהמשפחה הוא מאדערן, וממילא לא נעשה השידוך, וכן יעץ לו הרב הדברי יואל מסאטמאר ז"ל שלא יעשה השידוך, והדברים ידועים.
סך הכל, פארוואס א שידוך ווערט נישט, איז כידוע ווייל ס'איז נישט באשערט
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 9:09 pm
דורך שמו יגער
די גאליציאנע זענען אביסל אינטרעסאנטע חברה דא שרייבן אפאר אירע איי ער מער ברמז איינער ווייניגער קעגן די צוויטע רבי׳ן פון זייער שלשלת ואין פוצה פה.... משא׳׳כ ווען איינער זאל נאר טראכטן הויך וועגן זייער פערטע רבי׳ןס מופתים וכדומה דעמאלסט ..... איז אלעס אויף הלמאי???? Just wondering פארוואס איז טאקע אזוי???
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:56 am
דורך לאליפאפ
שמו יגער האט געשריבן:די גאליציאנע זענען אביסל אינטרעסאנטע חברה דא שרייבן אפאר אירע איי ער מער ברמז איינער ווייניגער קעגן די צוויטע רבי׳ן פון זייער שלשלת ואין פוצה פה.... משא׳׳כ ווען איינער זאל נאר טראכטן הויך וועגן זייער פערטע רבי׳ןס מופתים וכדומה דעמאלסט ..... איז אלעס אויף הלמאי???? Just wondering פארוואס איז טאקע אזוי???
מיינע מחאות רעכנט איר נישט
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:14 am
דורך שמו יגער
לאליפאפ האט געשריבן:שמו יגער האט געשריבן:די גאליציאנע זענען אביסל אינטרעסאנטע חברה דא שרייבן אפאר אירע איי ער מער ברמז איינער ווייניגער קעגן די צוויטע רבי׳ן פון זייער שלשלת ואין פוצה פה.... משא׳׳כ ווען איינער זאל נאר טראכטן הויך וועגן זייער פערטע רבי׳ןס מופתים וכדומה דעמאלסט ..... איז אלעס אויף הלמאי???? Just wondering פארוואס איז טאקע אזוי???
מיינע מחאות רעכנט איר נישט
גערעכט, סארי טעות לעולם חוזר אבער מיין תמי׳ ווערט נישט פארענטפערט פון דעם
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:26 am
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:אזויפיל ווייס איך ,וואס דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אויף האדמו"ר מהר''ש מבאבוב "זיין טאטע האט שוין געדארפט זכות אבות"...
quote="smartinof"]און נאך האט דער קלויזענבורגר געזאגט, באבובער רב, פרישע בילקעס עסט ער זייער שיין...[/quote]
וואס נאך האט דער "קלויזענברוגער" געזאגט? כ'מיין הו קעירס, ווער איז ער געווען?
קיין איין ווארט וואס דער מענטש האט געזאגט קען מען נישט רעכענען, ער האט געזאגט וואס עס האט זיך אים געלוינט אויף די מינוט, אפגעזעהן פון דעם מציעות (עובד' יוסף דערמאנט מיך אסאך מאל פון אים, א מענטש, וועלכער קען מיליאנען בלעטער ספרים, און ביי דעם ענדיגט זיך עס, און לעומת זה האט ער א מיאוס'ן פיסק אז עס איז א עקל און א גרויל...)
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:27 am
דורך הדד בן בדד
קאווע קעסל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:אזויפיל ווייס איך ,וואס דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אויף האדמו"ר מהר''ש מבאבוב "זיין טאטע האט שוין געדארפט זכות אבות"...
און אף על פי כן איז דער קלויזנבורג'ער (וואס אגב איז ער קיינמאהל נישט געוועהן רב אין קלויזענבערג, נאר ער האט געהיידזעקט א שטאט נאמען ווי ער האט פארברענגט אביסל נאכ'ן קריג) רב געקומען אויף א שבת קיין באבוב, אלס בחור, כדי נושא חן צו זיין ביים קדושת ציון און נעמען זיין טאכטער פאר א ווייב. דער קדושת ציון האט איהם אבער נישט געוואלט, זאגענדיג דערביי (געהערט פון ר' נחום מאיר גערמאן) אז ער זוכט א בעל מידות...
ער איז דערנאך געווארן אן איידעם ביים שוואגער פונעם קדושת ציון, דער עצי חיים.
און אנגעהאקט (באבויקערט) זיין טאכטער די ביינער...
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:28 am
דורך איך אויך
הדד'ל דו פארעקלסט מיך.
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:29 am
דורך הדד בן בדד
דעת תורה האט געשריבן:די איראניע איז אז ער איז יא געווען רב אין קלויזענבורג, אבער נישט אין די שטאטישע קהילה נאר אין עפעס א בני יואל'ע סטיל קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט פון די אריגינעלע קהילה. אויך דארטן האט מען אים נישט דירעקט אויפגענומען, די קהילה האט נאר געשיקט א קאנסוס פאר זיין "פעטער לבן..." דער סאטמארער רב, וועלכער האט עס אוודאי נישט געהאלטן ביים אננעמען, נאר אנשטאט אריין געשטעלט במקומו זיין נעפיו, יעקב אבינו. איך מיין דער קלויזענבורגער.
(דעת, כ'האב געמיינט אז בני יואל איז גאר די עכטע...)
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול...
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:29 am
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:הדד'ל דו פארעקלסט מיך.
הסבר פליז