בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:22 pm
דורך common sense
ביי אונזער אייגן לאנד (נעמליך די מדינה…) זענען מיר אנטקעגן דאס סעלעברירן; איז דאך אוודאי א פרעמד לאנד…
אדער איז גאר מעגליך אז די סיבה פארוואס מיר זענען אנטקעגן די מדינה איז זאגאר וויבאלד אמעריקע האט עס אינדארסירט…
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:44 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין זיכער דו מיינסט עס נישט ערנסט צו פארגלייכן א יו"ט דאורייתא, מיט אלע מיני קדושות, צו א אמעריקאנע פארגרעבטע חאגע...
זאלעך אנצינדן מיין סארקאזם דעטעקטאר? איך בין אזוי צומישט...... כ'ווייס נישט ווען יא און ווען נישט
איך פארגלייך נישט די ימים טובים, איך פארלייך נאר די תירוצים פארוואס נישט צו פייערן. דיין סארקאזם דיטעקטער קומט נישט אריין דא, כ'מיין עס גאנץ ערענסט. די זעלבע תירוץ וואס מ'נוצט אויף פאטער'ס\מוטער'ס טאג, אינדיפענדענס אדער טענקסגיווינג דעי, וואלט מען אויף געקענט נוצן אויף אידישע ימים טובים, נאר מ'זעט אז די תורה האלט אויך אז אפילו אויף א זאך וואס איז שייך יעדע טאג, מאכט מען איין טאג אין יאר עס צו פייערן ביתר שאת ועוז.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 3:45 pm
דורך George
טעפל האט געשריבן:ביסט גערעכט אבער אלץ איד דארף מען נאך אלץ קוקען וואו נאכען קריג זענען אידען געקומען קיין אמריקא מ'האט זיך טאקע געמוטשעט מיט כל מיני זאכען אבער דא איז געוועהן די רואיגסטע פאר אידען..
יא יא
ביסט טיילווייז גערעכט, פארגעס אבער נישט וויזוי פרעזידענט רוזוועלט מיט זיין אדינמיסטראציע האבן באהאנדעלט די "יודן פראגע" דורכאויס דעם גאנצען קריג, עד שבא פרעזידענט טרומאן וקבלהו.
דאס איז אלעס געווען אמאהל, אבער אין די 21'st century טוישן זיך זאכען, און נישט אויף צום גוטן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 4:33 pm
דורך סאשי פיש
@MondroeBucher: Intersting fact: July 4, 1776, was on a Thursday, Tzom 17 of Taamuz.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 4:36 pm
דורך סאשי פיש
צופרידען???.......
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
גראדע איז אינטערעסאנט צו וויסן אז די גרעסטע מיליטערישע קאנפליקט פון די מלחמה אף אינדעפענדונס איז פארגעקומען ממש דא אין די ברוקלינער גאסן באקאנט אלס the battle of brooklyn. מ'קען זעהן שריים פון דעם אין מערערע פארקס און געגענטער אין ברוקלין.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:44 pm
דורך יין שרף
דברי חיזוק ליום זה, מאת רביה"ק והט' רשכבה"ג מרא דארעא ישראל והגלילות.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 6:29 pm
דורך סלינקי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7BWJpHjQ6H8[/youtube]
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 12:17 am
דורך משה געציל
געמאכט א סטאפ אין קרית יואל צו כאפן א מנחה, דארטן איז געווען ביזנעס עז יאזשעל. די קאווע שטיבל איז געווען פיל און שנארערס כחול הים.
איך הער דארט ווי איינער רופט זיך אן אז ער געדענקט שוין לאנג נישט ארבעטן דזשולי פאר... ווען איך האב ווען די גאטס וואלט איך אים געפרעגט צו דעם פינפטן און זעקסטן געדענקט ער יא...
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 5:10 pm
דורך מאטי
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 6:19 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס איז זיכער אז מ'דארף אפגעבן א שבח והודאה אז נאך אזוי פיל יארן פון גלות און פיין, פאגראמען און רציחות, האט דער איד א לאנד וואו ער קען אראפלייגן זיין געביין, א land of the free וואס איז געווען א פיאנער אין די אפטיילונג פון די קירכע און געזעץ, (הגם היינט איז זי שוין הונטערשטעליג אונטער מערב אייראפע, אבער גיוו קרעדיט ווער קרעדיט איז דו) א לאנד וואס גיבט פאר יעדעם גלייכע רעכטן, וואו מ'קען לעבן רואיג און אפען ווי אידן, נארדערצו ווען די מאמר חז"ל פון הוי מתפלל בשלומה של מלכות איז געזאגט געווארן אפילו אויף א מלכות הרשעה וואס פייניגט די אידן.
איי פארוואס פייערט מען עס נישט ביי אונז? א גוטע שאלה, מסתמא די זעלבע סיבה פארוואס מ'פייערט נישט פאטער'ס פון מוטער'ס טאג, ווייל מיר זענען זיי מכבד אגאנץ יאר, אדער פארוואס מיר פייערן נישט טענקסגיווינג, ווייל מיר דאנקן דעם באשעפער יעדן טאג. אבער די טענה איז אזוי לעכערליך ווי ווען איז זאג אז מ'דארף נישט פייערן פסח ווייל מיר זענען מזכיר יציאת מצרים אגאנץ יאר ביי קריאת שמע און ביים בענטשען, אדער אז מיר דארפן נישט פייערן שבועות\שמח"ת ווייל מיר היטן\לערנען די תורה אגאנץ יאר.
אלא מאי איז דאס (וואס מ'זאגט פארוואס מיר פייערן נישט די אמעריקאנער האלידעיס) נאר א תירוץ פאר די קליינע קינדער. נאר ס'איז דא א פסוק. "אל תשמח ישראל אל גיל כעמים". לאמיר זיך פארשטעלן אז די נאכט פון דזשוליי4 וועט זיך צוזאמקומען אן עולם אין נאנאשער בית המדרש, אדער אין חאצאצק נאך מעריב, און מ'וועטצעך נעמען שיסן פייערקרעקערס.
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 6:23 pm
דורך berlbalaguleh
אבגד האט געשריבן:בשם ״קאווע טרינקער״
צ״ל "Macy's"
יא. ס'איז גוט אז מ'שרייבט פונקטליך. סיי אידיש און סיי ענגליש. ייש"כ פאר קאווע טרינקער.
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 6:28 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:וויאזוי פלעגן צדיקים נאר זאגן, רעדטס פון אונז פון אונזערע טישען בענק און קליידער, דאס וועט אייך האלטן וכו'
היינטיגע צדיקים זאגן...רעדטס נאר פון אונזערע טישן, בענק אקאונטס און קליידער. דער עיקר שיקטס אריין די טשעקס...
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 6:58 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:דברי חיזוק ליום זה, מאת רביה"ק והט' רשכבה"ג מרא דארעא ישראל והגלילות.
וועים מיינסטו מיט "מרא דארעא דישראל והגלילות". יעדער האט אן אנדערן רעבי'ן פאר מרא דא"י. למשל ס'אידא ווער ס'האלט רב קוק אדער רב מעצגער, אדער הרב עובדי' יוסף פאר מרא דארעא דישראל. והגלילות, מיינסטו אוודאי נישט סאודי אראביע אדער די פאלעסטינער שטחים...
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:49 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:26 am
דורך ציבעלע-קיגל
בדחן האט געשריבן:
גייט איר מיר דאנקן השי"ת פאר צושטעלן - און גלות - אזא לאנד ווי אמעריקע?
פאר די וואס וואינען און ניו יארק סיטי איז די שאלה אפשר נישט אזוי רעלאטיוו, ווייל ברוקלין איז פון די ערגסטע פלעצער און אמעריקע,
דו פרעגסט אויב מען דארף דאנקען דער באשעפער אויף אזא גלות?
מען דאנקט נישט אויף דעם "גלות" מען דאנקט אז דו קענסט זיין א איד "אין" גלות. דאס ביסעל פרייהייט אז אונז קענען נאך זיין פרומע אידן אין פאבליק. און טאמער דו ווילסט וואונען אויף א פלאץ ווי מען פילט דעם גלות גיי וואונען אין אירן אדער אפילו פראנקרייך און דארט וועסטו טאקע פילן דעם גלות.
קיינער זאגט נישט אז דו מוזט מיט טאנצען און מיט הוליען מיט זיי אבער דו פארגעסט פון...
"הוה מתפלל בשלומה של מלכות".
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:34 am
דורך גנדי
מעג איך ארויפלייגן א בלויע און רויטע פאן אויף מיין מיניווען?
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 6:30 am
דורך איך אויך
יא.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 8:30 am
דורך גנדי
איז עס א מצוה?
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 10:04 am
דורך נושא ונותן
דאס איז זיכער אז דאנקען דעם באשעפער דארף מען אויף חעדע חסד וואס ער טיט מיט אונז אין לית מאן דפליג אז אמעריקע איז דא אין דעם חסד אין טאקע יעדן טאג ביים דאווענען דאנק מען די באשעפער על נסיך שכל יום עמנו.
בנוגע מאכן א טאג ווי יו"ט אין חז"ל טרעפט מען דער מושג פין יום שנעשה בו נס אבער דאס איז נאר פאר א יחיד וואס האט געהאט א דירעקטער נס איז אפשר דער טאג וואס א איד איז דא אנגעקומן וואלט געווען א הו"א צי מאכן א זכר אבער july 4 ? האט דאן קיינער נאך נישט געהאט א דירעקטער טובה.
בנוסף די אלע יו"ט זענען פאר נסים אדער צייטען וואס האבן אונז געמאכט פאר ווער מיר זענען אדער לפחות האבן געהאט א טובה מוחלטת פאר גאנץ כלל ישראל.
אין בעיקר איז גארנישט אזוי זיכער אז פרייהייט איז א גוטע זאך די פרייע לעבען קומט אויפן חשבון פין רחניות לא בכדי האט זיך דער בעל התניא אזוי ארויס אנקעגן נפוליון
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 10:35 am
דורך נולד מאוחר
מ'זעט קלאר אז july 4 איז פון הימעל
In a remarkable coincidence, both John Adams and Thomas Jefferson, the only signers of the Declaration of Independence later to serve as Presidents of the United States, died on the same day: July 4, 1826, which was the 50th anniversary of the Declaration.
פאר די אויבער חכמים
Historians have long disputed whether Congress actually signed the Declaration of Independence on July 4, even though Thomas Jefferson, John Adams, and Benjamin Franklin all later wrote that they had signed it on that day. Most historians have concluded that the Declaration was signed nearly a month after its adoption, on August 2, 1776, and not on July 4 as is commonly believed.[
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 11:02 pm
דורך ונבנתה העיר
IMG-20180703-WA0003.jpg
גוט יו"ט, גוט יו"ט. אי לאו האי יומא כו'.
לאחר קריאת המגילה האביך אנגעהויבען 'או סעי קען יו סי', ומיד פתחתי במאמר ד"ה 'להבין למה לא נקבע היו"ט ביום הנצחון'.
וואו איז ליטוואק? אה... לחיים ליטוואק, לחיים! גאד דעם דע קווין...