בלאט 2 פון 5

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:57 am
דורך געפילטע פיש
יואב, פארשטייט זיך אז די ענגלישע לעקסיקאן איז רייכער ווי אידיש, פאר יעדע ווארט וואס איז רייכער אין אידיש, קענסטו טרעפן צען ווערטער וואס זענען רייכער אין ענגליש. כ'גלייב אז באשעוויס זינגער אליין מיינט עס נישט ממש ערענסט, נאר אלס א גוטע דזשאוק, נאסטאלגיע צום אידיש. נאר אז איינער זאגט אזעלכע ווערטער זעט אויס ער האט נאכנישט געזעהן דעם קליפ, סאו אלס אל תמנע טוב מבועליו, וכו'.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:00 am
דורך אפטעמיסט
כ'האב טאקע קיינמאל געזעהן דעם קליפ ביפאר. שכויח געפילטע.
(גראדע, וויאזוי זאגט מען "געפילטע פיש" אין ענגליש?! וואס דארף איך מער ווי דעם?)

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:03 am
דורך יואב
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב טאקע קיינמאל געזעהן דעם קליפ ביפאר. שכויח געפילטע.
(גראדע, וויאזוי זאגט מען "געפילטע פיש" אין ענגליש?! וואס דארף איך מער ווי דעם?)

וויאזוי זאגט מען אפטעמיסט אין אידיש?

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:11 am
דורך אפטעמיסט
ביי אידן איז נישט דא קיין אפטעמיסטס. ס'נאר דא פעסימיסטס- "שווארץ קוקערס"...

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:23 am
דורך פידלער
[tag]אפטעמיסט[/tag], אזוי ווי איך האב דיר יעצט געזאגט אין אישי, איז די ווארט regale גענוצט זייער אפט ווען מ'וויל זאגן "פארציילן א מעשה".

I will regale you with a story.
He regaled us with a tale.
We were regaled with that funny anecdote she told.

אויך [tag]יואב[/tag]'ס ווערטער זענען גענוצט אסאך, אבער מער אין שרייבן ווי אין רעדן (אויזער narrate, וואס איז גענוצט היפש אפט ווען מ'רעדט אויך).

[tag]געפילטע פיש[/tag], איך האלט ווי די. זינגער האט זיכער עס געמיינט איראניש. ענגליש איז א רייכערע שפראך, אבער אידיש (אזוי ווי פיל אנדערע שפראכן) האט אפאר זאפטיגע ווערטער וואס האט נישט קיין פארגלייך אין אנדערע שפראכן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:51 am
דורך געפילטע פיש
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב טאקע קיינמאל געזעהן דעם קליפ ביפאר. שכויח געפילטע.
(גראדע, וויאזוי זאגט מען "געפילטע פיש" אין ענגליש?! וואס דארף איך מער ווי דעם?)

Gefilte fish? גוגל טענה'ט אז ס'טייטש פלעין fish.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:02 am
דורך הילל
עס איז א געלעכטער צו וועלן זאגן אז אידיש איז א רייכערע שפראך ווי ענגליש. כ'רעד שוין נישט פון דעם אז יעדע דעטאל, יעדע חפץ, יעדע אקט, יעדע באוועגונג, האט א באזונדערע נאמען אדער טערמין, נאר יעדע זאך און געדאנק וואס מען וויל ארויסברענגען אויף ענגליש זענען דא אזויפיל מאל מער אופנים ווי אין אידיש. אדרבא, באטראכט סיי וועלכע גוטע ארטיקל, פיקשען צי נאן-פיקשען, און זע וויאזוי די מינדעסטע דעטאלן ווערן אראפגעלייגט און ווי געוואלדיג גוט (ווייסט וויפיל ווערטער וואלטן געקענט פיל בעסער ארויסברענגען דעם "געוואלדיג גוט" אויף ענגליש...) זיי קענען ארויסברענגען יעדע סארט געדאנק. איך וויל טרעפן איין מענטש וואס קען א הונדערט-פראצענטיגע ענגליש (א גוטע טעסט: פארשטיי די ווערטער אין א ענגלישע פאום...) וואס האלט נישט אזוי. נישט ווייל עס איז א קונץ פון ענגליש, נאר ווייל אזויפיל מענטשן רעדן דאס שוין אזויפיל יארן, איז עס די מערסטע אנטוויקלט, און אויך זיי נעמען אריין יעדע גוטע ווארט וואס עס פעלט זיך אויס אריינצונעמען פון אנדערע שפראכן (מיר האבן געהאט דעם כבוד זיי צו ארויסהעלפן מיט'ן ווארט "חוצפה"... און אנדערע).
דאס מיינט נישט אז אידיש איז נישט רייך פאר זיך, און אוודאי זענען אויך דא געוויסע פעלער ווי אידיש האט א ספעציעל בא'טעמ'טע ווארט וואס ענגליש האט נישט, אבער איך בין זיכער יעדע שפראך האט אזעלכע אויסנאמען וואו זיי האבן עפעס א טערמין וואס קיינער האט נישט אזוי גוט. קיינער קען נישט האבן פון יעדע איינציגע ווארט פוןנקט די בעסטע. אבער אין דזשענערעל איז ענגליש הונדערט מאל רייכער פון אידיש. אפילו נאך אלעם בין איך מודה אז אידיש האט ביי מיר א ספעציעלע חן און זאפטיקייט...

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:04 am
דורך דער (פינטעל) איד
ענגליש האט נישט א ווארט פאר ''ענק''

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:10 am
דורך הילל
געפילטע פיש האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב טאקע קיינמאל געזעהן דעם קליפ ביפאר. שכויח געפילטע.
(גראדע, וויאזוי זאגט מען "געפילטע פיש" אין ענגליש?! וואס דארף איך מער ווי דעם?)

Gefilte fish? גוגל טענה'ט אז ס'טייטש פלעין fish.


פלעין פיש מיינט פיש, ממילא וועט מען גארנישט וויסן אז עס האט ענדערש מיט געפילטע ווי סתם פיש.
געפילטע פיש בלייבט gefilte fish (גוגל ווייזט דעם ווארט כמעט א האלב מיליאן מאל, אריינגערעכנט עטליכע מאל אין דעם "נ.י. טיימס"), פונקט ווי חלה בלייבט Chalah (אדער Hallah).

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:16 am
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ענגליש האט נישט א ווארט פאר ''ענק''


גערעכט. אסאך מענטשען ניצן די געבארגטע ווערטער.

you all
youse
you guys
y'all

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:20 am
דורך דער (פינטעל) איד
נישט אסאך אירע... יעדער! נישט דא א אנדערע ברירה. פרעג איך אייך אזא וויכטיגע ווארט האט דער רייכער ענגליש ארויסגעלאזט? YOU ALL איז אין אידיש ''דו אלע'' .. זייער שלעכט. אבער ווען דו ווילסט איינער זאל דיר מישן ארנדזשדזשוס מיט וואסער איז למען השם דא א באזונדער ווארט DILUTE ווייל ה' פארביט זאלסט זאגן MIX WITH WATER.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:07 pm
דורך געפילטע פיש
You קען זיין לשון יחיד און אויך לשון רבים, ס'איז די plural you.
אויב זוכסטו דוקא אן אנדערע ווארט איז דא אכט וועגן צו מאכן you לשון רבים אין ענגליש.

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אבער ווען דו ווילסט איינער זאל דיר מישן ארנדזשדזשוס מיט וואסער איז למען השם דא א באזונדער ווארט DILUTE ווייל ה' פארביט זאלסט זאגן MIX WITH WATER.

diluted איז שיטטער אדער שיטטערער אין אידיש.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:30 pm
דורך הערשי
אברמי פון בארא פארק האט געשריבן:.
וויאזוי זאגט מען אריינגעטראכט אין ענגליש? למשל איך וויל שרייבן אזא זאץ
At first glance, what Moshe did looked wrong, but upon _________, we see that this was indeed the right thing to do
איך וויל ארויסברענגען אז נאכן אריינטראכטן טיפער זעט מען אז ס׳איז יא ריכטיג.

Reconsideration

איש עברי האט געשריבן:וויאזוי וואלט איר געטייטשט passion

התלהבות

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:39 pm
דורך מאטי
נישטא קיין ווארט אין ענגליש פאר "זאט". און יא .. ענגליש איז אסאך רייכער וואו אידיש, נידער מיט די "מעלות "..

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:43 pm
דורך הערשי
מאטי זיבענבערג האט געשריבן:נישטא קיין ווארט אין ענגליש פאר "זאט". און יא .. ענגליש איז אסאך רייכער וואו אידיש, נידער מיט די "מעלות "..


Content, full, satisfied, slaked

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:47 pm
דורך מאטי
נו,... די אלע ווערטער זענען נישט. The dichotomy of hungry

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:51 pm
דורך הערשי
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:נישט אסאך אירע... יעדער! נישט דא א אנדערע ברירה. פרעג איך אייך אזא וויכטיגע ווארט האט דער רייכער ענגליש ארויסגעלאזט? YOU ALL איז אין אידיש ''דו אלע'' .. זייער שלעכט. אבער ווען דו ווילסט איינער זאל דיר מישן ארנדזשדזשוס מיט וואסער איז למען השם דא א באזונדער ווארט DILUTE ווייל ה' פארביט זאלסט זאגן MIX WITH WATER.


דיילוט און מישן זענען צוויי באזונדערע קאנצעפטן. דיילוט אויף אידיש איז "פארוואסערן". ווען מ'מישט מאראנצן זאפט מיט וואסער, איז די געמיש שיטערער אין זאפט ווי די ארגינעלע זאפט קאנצענטראציע, און געדעכטער ווי די ארגינעלע וואסער, אבער ביידע זענען אייניג געמישט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:53 pm
דורך הערשי
מאטי זיבענבערג האט געשריבן:נו,... די אלע ווערטער זענען נישט. The dichotomy of hungry


איר מיינט צוזאגן די antonym? עטליכע זענען דייקא יא.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:55 pm
דורך הילל
איך מיין אז דאס ווארט וואס מען ניצט געווענליך צו זאגן "איך בין זאט" איז I'm full, אדער i'm stuffed. אן אנדערע ווארט דערפאר איז satiate.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:18 pm
דורך מאטי
קיין איינע זענען נישט עקסקלוסיוו פאר שטילן הונגער. הגם "זאט" קען גענוצט ווערן פאר אנדערע זאכן אויך, איז דאס נאר געבארגט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:20 pm
דורך קאווע טרינקער
מאטי... 107 איז אין אידיש זיבענבערג?

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:26 pm
דורך zurich
אויף "קוועטשן" איז נישט דא קיין ווארט!

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 4:29 pm
דורך פידלער
:זאט The most common word in prose for
sated

אדער ווי [tag]הילל[/tag] האט געזאגט: satiated