ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מיטוואך יולי 10, 2013 2:40 am
טאמבל סאס האט געשריבן: אוי קופערניקוס, איי'ם אין לאוו וויט יו. איך דארף דיר עס גארניט זאגן. איך קום אריין, איך לייען דיינס א גוט'ס און איך קען ארויסגיין טוהן מיין טאג-ארבעט. די טאג אינדערהיים איז שוין גענצליך אנדערש. מיין פרוי פרעגט מיר פארוואס די מאדנע שמיררנדע שמייכעלע באצירט מיין געזיכט, פון די ערשטע רגע איך האב אריינשפאצירט אין הויז. וואס זאל איך איר זאגן? אז דער סייענטיסט קופערניקוס פארשטייט אויך ווי צו מאכן עמיצן אין די גלייזן?
אין לאוו מיט טאמבל סאס, וואו, טאמבל סאס ווייסט א זאך אדער צוויי איבער לאוו@
בכל אופן, א יישר כח פארן מיר אויסשמירן מיט וואזאלין און באדן אין פיטער, די ליבשאפט דא פונעם עולם מאכט מיר אנגיין אין שווערע טעג, און יעצט קען איך ו-וי זר זהב זאגט- זיך צוריקלייגן, וישן ויחלום שנית....
זר זהב
חבר ותיק
הודעות: 9465 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שליחה
דורך זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 2:51 am
קופערניקוס האט געשריבן: און יעצט קען איך - ווי זר זהב זאגט- זיך צוריקלייגן, וישן ויחלום שנית....
איי האופ נאט! ביטע קופער... כאב עס געשריבן מיט א דעפרעסינג שמייכל, בלייב דא!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק " איט אר נאט
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » פרייטאג יולי 19, 2013 5:29 pm
דברים כדרבונות! עס איז נישט לייכט צו האלטן א באלאנס צווישן די וויכטיגע דעמאקראטיע און די עיקר העיקרים אז דא זאל זיין א נארמאלע מקום פאר ערליכע אידן און נישט קיין מערת פריצים. די עצה איז דורך אויסשפארן די וואס פראוויצירן, און זיך איידל מתווכח זיין מיט די וואס שרייבן יא נארמאל, אזוי ווי ידידנו שרגא לערנט אונז צו טון.
סאשי פיש
חבר ותיק
הודעות: 2776 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
שליחה
דורך סאשי פיש » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:17 am
ארויפגעברענגט צוליבען מצב אין שטיבעל!
משבק
ידיד השטיבל
הודעות: 285 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
שליחה
דורך משבק » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:35 am
איי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל..
שלמה המלך
ידיד ותיק
הודעות: 802 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
שליחה
דורך שלמה המלך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:16 pm
ממש אשאד וויפיל נארמאלע מענטשען איידעלע יונגעלייט וואס האבן זיך אביסל באפרידיגט די נערווען פון א אנגעשטרענגע טאג און זיך אויסגעליפטערט אינעם קאווע שטיבל וואס איז געגרינדעט געוארען אלץ א "רואהיג וויקל צו שמועסן און פארברענגען" האבען אפגעטראגען פון דא צילוב דאס גרויליגקייט וואס איבערגענומען דעם אויבען אן... ווי געשריבען און אן דערנעבענדיגער אשכול גייטהמיזען זאפארט ווערען דראסטיגע טוישינגען דא! אדער גייען די היימישע אינגעלייט גרינדען א ניעם בלאג אדער ועט מען מוזען דא מאכען פסח'יג....
געוואלדיג
חבר ותיק
הודעות: 3930 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
שליחה
דורך געוואלדיג » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:38 pm
על כל גל וגל נענתי את ראשי, לאמיר האפן אז די כוואליע פון שמוציגע וואסער זאל שנעל אריבער גיין.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
שליחה
דורך גר ותושב » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:04 pm
די לעצטע צוויי חדשים האבן זיך איינגעשריבן דא און שטיבל איבער 40 נייע ניקס א קליינע חלק פון זיי זענען אקטיוו אבער א גרויסע חלק פון זיי האבן געגעיבן אן באמבאסטישער opening statement און למעשה האבן זיי גארנישט דערליווערט. יעדער וואס שרייבט זיך איין וויל מיטשמועסן און מיטהאלטן עס דארף זיין אן עת לחשוב מחשבות פארוואס אנטלויפן זיי אזוי שנעל איך האלט נישט אז די גל הטינופת איז די סיבה ווייל אפילו און די רואיגע צייטן שרייבן זיך איין נייע ניקס און ווערן שנעל נעלם מען דארף זעין וואס מען קען טוהן מער צו עטרעקטן די עולם. איך קום אריין דא און שטיבל זיך צו אויסליפטערן אבער נישט אייביג האב איך מיט וואס זיך צו אויסליפטערן אסאך מאל איז גארנישט דא און אסאך מאל איז נאר דא טענהרייען און הריגות און איך גיי ארויס פון שטיבל זיך צו אויסליפטערן אלס דעים טראכט איך עס וואלט געוועין כדי אז מען זאל עפענען אן שטארק אקטיווע נייעס קוואל וואס עס זאל זיין א ממונה וואס זאל אפדעיטן די נייעס יעדע האלבע שעה (פשוט עס זאל נישט אויסקוקן ווי קול מבשר וואס ווען מען רופט ביינאכט הערט מען אז א רבי איז געשטארבן און נאכדעים אז מען זאל מתפלל זיין פאר עים און נאכדעים אז מען האט עים אריינגעפירט און שפיטאל וכדומה) און נייעס מיינט פון פאליטיש און חסידישע ליטווישע וכו' מיינונג זאגן אויף נייעס און אנאליזן קען זיין און אנדערע אשכולות אבער עס זאל כאטש זיין א רואיג ווינקל אונעם רואיג ווינקל וואס זאל טאקע שטענדיג זיין רואיג און אקטיוו.
שלמה המלך
ידיד ותיק
הודעות: 802 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
שליחה
דורך שלמה המלך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:55 pm
על טעם וריח אין להתוכח! איך האלט אז די וועג וויזוי עס איס אוועקגעשעלט איז גאנץ גיט, דהיינו אויב אזאך ווערט צו גיפטיג אדער פערזענדליך פארט עס אריין אין צימעס, און דער וואס זיכט מער רוהיג בלייבט אויפן אויבערפלאך! אבער די דברי כפירה אין זעלבסהאס וואס די חברה ברענגען דא אריין האט ווירקליך גע'הרג'ט דעם שטבל! די גיטע שרייבער דא פילען זיך נישט אין פלאץ און די פארפוילטע חברה האבען דאך נישט אייביג נייעס נאר מ'גייט איבער נאכאמאל און נאך אמאל די זעלבע בהמה'ישקייט! און דאס לעבעדיגקייט פונעם שטיבל פגר'ט אפ ציביסלעך! אלזא עס איז צייט פאר א טויש... עס ווערט דריגענד געזיכט "א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" פאר שלומי אמוני ישראל וואס האבען נישט קיין זעלבסט-האס און זיכען נישט ממליץ טוב צי זיין פאר טרענסדזשענדער מיט קיין פיליזאפיע. און מיר זענען אוועק פון אייער-וועלט ווייל מ'האט זיך נישט געקענט אויסשמועסן ברייט פאליטיש און וואס אימער - אן קיין כפירה און מינות ודומיהן
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
שליחה
דורך גר ותושב » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:09 pm
אנטשאלדיגט מיר אבער דער טיטל שלמה המלך וואס איז געוועין א חכם מכל אדם שטימט פשוט נישט מיט דיר די ווילסט אנהעצן די מצב און האפסט אז עס וועט דיר אפשר געלונגען צו פארטרייבן כל צרוע וזב די פאקט ווייזט אז פון מחלוקת פארדינט קיינער נישט און אפילו זיי גייען אוועק פון דא וועט בלייבן א ביטערע טעם און מויל שלמה המלך איז געוועין א חכם מכל אדם וואס מען דארשנט אפילו מן השוטים דאס הייסט מען דארף וויסן ווי אזוי צו האנדלען מיט די חברה אטאקירן און אריין גיין מיט א ויכוח מיט זיי מאכטן נאר ערגער ווען דער עולם וואלט עגנאורט די אלע העציגע תגובות וואלט די אשכול שוין אראפ געפאלן למטה מעשרה טפחים והכל על מקומו יבוא בשלום די עצה איז נישט צוריק צו פייטן די עצה איז צו בארואיגן די מצב די פאקט איז אז זייער אסאך ניקס וואס קומען אריין במשך די טאג ווילן עפעס שרייבן איז אויב עס איס דא א ויכוח וועלן זיי זיך מצרף זיין צו ציגיסן גאז צום פייער אבער אז עס וועט זיין א ריכטיגע רואיג ווינקל קומט מען צו צולייגן צום געשמאק פונעם שטיבל עס איז דא אסאך מאל וואס איך וויל זיך אויסליפטערן און איך גיי ארויס דיסעפאונטעד אלס דעים האב איך געשריבן מען זאל מאכן א אקטיווע רואיגע ווינקעל וואס איז שטענדיג טרענדינג מיט נייעס אן קיין ויכוחים וכדומה אזוי וועט די עולם נישט זיין אזוי דעספערט צו זיך צושטעלן צו ויכוחים און עס וועט זיין אסאך מער זאכן וואס מען קען באהאנדלען מיט א רואיג קייט
שלמה המלך
ידיד ותיק
הודעות: 802 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
שליחה
דורך שלמה המלך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:25 pm
די גייסט שוין פערזענליך... איך גיי נישט אריין צי דו ביסט א כשר'ע גר אדער נישט, און דו גיי נישט אריין צי איך האב טאקע חכמת שלמה אדער יא... קיק אין ביידע אשכולות וואס זענען יעצט אקטיוו אין דעם נושא וועסטו זעהן אז מיין אויפברויז איז פשוט אויפן טשולענט דא, קיינער איז נישט ציפרידען פון די היץ! מ'דארף דא אן ערענסטער ער'קאנדישענינג סיסטעם אבער דא דרייען צוויי סארט ברואים וואס גייט אבסעלוד נישט באנאזאם! ליבעראליזם האט אויך א שיעור, מ'קען אמאל פארטראגען א ווארט דא און א ווארט דארט (ליידער) אבער ווען עס ווערט עמטליך און אין יעדען אשכול, גייט די בליט ארויף אין קאפ! אויב יעדער אנגעפיקעוועטער אפיקורס'ל מעג דא שרייבען וואס ער וויל טא פארוואס טאר איך נישט? גלייב מיר איין מאל איך וואלט ווען געשריבען אביסל בפירה אדער נאר אומשילדיגערהייט זיך אפגערעדט וועגען דעם סיסטעם וואלט איך שוין געהאט געניג לייקס און געניג וואס וואלטען אנערקענט מיין חכמת שלמה.. אבער ווייסט דאך אוודאי די ווארט פונעם בעש"ט הק'? איך בין א נער אין איך גלייב - ריגארדלעס וואס מ'גייט זאגען אויף מיר אונעם מושב באקיינעם...