בלאט 2 פון 2

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 8:05 pm
דורך kliger
יידל האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:אבער עס האט זיי געפעלט אינפא
וואס איז זייער שילד
יעדער נארמאלער מענטש טוישט זיך מיט אינפא

וועם האט געפעלט אינפארמאציע? די דור הפלגה?

יא עס געווען פארדרייטע אינפא

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 8:07 pm
דורך יידל
kliger האט געשריבן:וואס למשל האט געמאכט אברהם אבינו איינזעהן מער ווי אנדערע

איז ער געווען אנדערש בטבע למשל אן אנדערע טיפערע וועג פון טראכטן?
וואס איז די קרעדיט?

א טיעפע וועג פון טראכטן יא, אן אנדערע וועג פון טראכטן נישט. ער האט פשוט אנגעהויבן נאכגיין די אלע זאכן וואס מ'זאגט אים מיט זיין שכל. ווי דער רמב"ם (דוכט זיך) שרייבט, אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער פילאזאף. ער האט שוין אנגעהויבן טראכטן פון קליינוויז אן, ביז ביי די פערציג איז ער צוגעקומען צו א פעסטע מסקנא אז ס'איז דא איין איינציג באשעפער אויף די וועלט, וועלכער פירט די וועלט און ער איז דער וואס קאנטראלירט אלעס.

kliger האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:אבער עס האט זיי געפעלט אינפא
וואס איז זייער שילד
יעדער נארמאלער מענטש טוישט זיך מיט אינפא

וועם האט געפעלט אינפארמאציע? די דור הפלגה?

יא עס געווען פארדרייטע אינפא

ניין, וואס עפעס. זיי האבן נישט געוואלט אריין-טראכטן (אזוי ווי לדוגמא די קריסטן היינט וועלכע רעדן זיך איין אז יאשקע איז אן אפגאט.)

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 8:10 pm
דורך kliger
וואס האט זיי געמאכט נישט וועלן טראכטן?

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 8:11 pm
דורך יידל
kliger האט געשריבן:וואס האט זיי געמאכט נישט וועלן טראכטן?

די זעלבע וואס מאכט פאר 90 פראצענט ילודי אישה נישט וועלן טראכטן... (יוסיף דעת יוסיף מכאוב, וד"ל).

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 8:15 pm
דורך kliger
נו איז דאך ווייטער דא א סיבה וואס זיי האבן געהאט און נח נישט

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 8:16 pm
דורך הערשל
יידל, ביסט זיכער אז די קריסטן ווילן נישט טראכטן?

איך קען גאנץ קלוגע קריסטן...

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 9:30 pm
דורך דבילה
געפילטע פיש האט געשריבן:לשיטתי איז די דיפערענס ציווישן א אנגעווייטאגטער און א אויפגעקלערטער נאר אז א אויפגעקלערטער איז א קלאזעטעד אנגעווייטאגטער, איין מאל מ'הייבט אן רעדן ברבים וואס מ'האלט אינעווייניג ווערט מען געלעיבעלט אלס אנגעווייטאגטער.


געפילטע פיש ידידי, דערפאר האט גאט באשאפן א קאווע שטיבל! דא קענסטו זיין אויפגעקלערט, אין קלאזעט אנגעווייטאגט, און אין מקוה א תמימות'דיגע מסורה'ניק!

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 11:11 pm
דורך קול גדול
דבילה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:לשיטתי איז די דיפערענס ציווישן א אנגעווייטאגטער און א אויפגעקלערטער נאר אז א אויפגעקלערטער איז א קלאזעטעד אנגעווייטאגטער, איין מאל מ'הייבט אן רעדן ברבים וואס מ'האלט אינעווייניג ווערט מען געלעיבעלט אלס אנגעווייטאגטער.


געפילטע פיש ידידי, דערפאר האט גאט באשאפן א קאווע שטיבל! דא קענסטו זיין אויפגעקלערט, אין קלאזעט אנגעווייטאגט, און אין מקוה א תמימות'דיגע מסורה'ניק!

הלוואי וואלט עס געהעריג געווען אזוי, ס'איז כאטש א שטאפל אויפן וועג.

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 11:30 pm
דורך געפילטע פיש
דבילה האט געשריבן:געפילטע פיש ידידי, דערפאר האט גאט באשאפן א קאווע שטיבל! דא קענסטו זיין אויפגעקלערט, אין קלאזעט אנגעווייטאגט, און אין מקוה א תמימות'דיגע מסורה'ניק!

נישט געזארגט, דאכט זיך אז כ'האב נאכנישט געזאגט עפעס אין ווירטואלן קאווע שטיבל וואס איך וואלט נישט אדער האב נישט געזאגט אינ'ם ממשות'דיגן קאווע שטיבל, איך פראביר מקיים צו זיין דעם ולא יתבייש מפני המלעיגים עליו.

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 2:44 pm
דורך kliger
quote="יידל"]
kliger האט געשריבן:וואס למשל האט געמאכט אברהם אבינו איינזעהן מער ווי אנדערע

איז ער געווען אנדערש בטבע למשל אן אנדערע טיפערע וועג פון טראכטן?
וואס איז די קרעדיט?

א טיעפע וועג פון טראכטן יא, אן אנדערע וועג פון טראכטן נישט. ער האט פשוט אנגעהויבן נאכגיין די אלע זאכן וואס מ'זאגט אים מיט זיין שכל. ווי דער רמב"ם (דוכט זיך) שרייבט, אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער פילאזאף. ער האט שוין אנגעהויבן טראכטן פון קליינוויז אן, ביז ביי די פערציג איז ער צוגעקומען צו א פעסטע מסקנא אז ס'איז דא איין איינציג באשעפער אויף די וועלט, וועלכער פירט די וועלט און ער איז דער וואס קאנטראלירט אלעס.

[quote="kliger"][quote="יידל"]

וואס איז די קונץ און קרעדיט

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:04 pm
דורך א איד
יידל האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:יודעים את רבונם ומתכוונים למרוד בו
מוז דאך זיין עפעס גייסטיש צירודערט ניין?

לאו דוקא. דור הפלגה האבן אויך געהאט עפעס א חשבון (כאטש ס'איז געווען א טעות'דיגער חשבון, אבל חשבון מיהא הוי).


נישט לויט אלע שיטות
ס'איז דא א שיטה אז עס איז געווען יודעים רבונם ומתכוינים למרוד בם

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:37 pm
דורך דבילה
יעצט באקומען א ריטוויט: די פראבלעם פון אן אויפגעקלערטן איז קיינמאל אז ער איז נישט גערעכט! ס'איז בלויז אז ער וואגט זיך צו זאגן זאכן פאר אנדערע באמערקן דאס אליין...