בלאט 2 פון 2
אל תטוש תורת אמך ~ מנהג
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 12:23 am
דורך [NAMELESS]
אינעם היינטיגע דף פארציילט די גמ' א מעשה מיט בני ביישן זייענדיג נגידים האבן זיי זיך ערלויבט א חומרה נישט צו גיין צו די ביזנעס שוי וואס פלעגט פארקומען פרייטאג לכ' שבת, שוין וויי נאט גאנץ א שיינע מנהג בפרט עס גייט נישט אויפן חשבון פון די ווייב און קינדערליך ווייל פרנסה איז דאך ברייט געווען ווי געשמועסט,
שוין די גלגל החוזר האט די משפחות נישט איבער געהיפט און די קינדער האבן זיך יא געפלאגט צו ברענגן פרנסה,
גייען זיי צום דיין ר' יוחנן צו זיי דארפן אנהאלטן די מנהג, ענפערט ער זיי א שארפע יא שנאמר שמע בני מוסר אביך וגו'
איינער קען מיר דאס מסביר זיין?
וואס איז אזוי שווער?
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 9:00 am
דורך עפל סיידער
אין פסוק שטייט מען דארף אפהיטען די תורות און מנהגים מה שקבלת מבית אביך און עס נישט איבערלאזען, און פסוק שטייט נישט אז ס'ווענדט זיך צו די רעדל האט זיך א דריי געגעבן.
גראדע איז אין די ראשונים דא א פלוגתא צו עס העלפט יא מיט א היתר פון א חכם על נדרו וואס יעדע מנהג ווערט א נדר.
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
און אויב מיין טאטע האט א חומרה נישט זיך צובאנוצען מיט די אינטערנעט בכלל אפ' לצורך פרנסה אלס גדר, איז דאס מיר אויך מחייב און איך דארף זיך לערנען דרייווען א באס אדער א קאר סערוויס?
און באופן די טאטע איז מקפיד נישט צו דרייווען אלס גדר שמירת עינים פאלט דאס אויך ארויף אויף מיר?
וכו' וכו'
וואס ווילסטע?
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 3:36 pm
דורך עפל סיידער
עמעזאן האט געשריבן:און אויב מיין טאטע האט א חומרה נישט זיך צובאנוצען מיט די אינטערנעט בכלל אפ' לצורך פרנסה אלס גדר, איז דאס מיר אויך מחייב און איך דארף זיך לערנען דרייווען א באס אדער א קאר סערוויס?
און באופן די טאטע איז מקפיד נישט צו דרייווען אלס גדר שמירת עינים פאלט דאס אויך ארויף אויף מיר?
וכו' וכו'
וואס ווילסטו עמעזאן? אפפרעגן די גאנצע נושא פון האלטען מנהגי ישראל?
אדער ווילסט פשוט פארשטיין פשוט די דברי הגמ' דא אין מקום שנהגו.
וואס מיינט מנהגי ישראל???
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 3:47 pm
דורך [NAMELESS]
חס ושלום! מיר דינען געטריי מנהגים, איך וויל פשוט פארשטיין די נשמה פון דעם דין, אז לכאו' קומט אויס אז יעדע חומרה גדר סייג וואס דיין טאטע האט אויף זיך מקבל געווען איז דיר מחייב עד סוף כל הדורות פאר א דוגמה קוק צוריק אויבן וואס איך שרייב,
און אזוי אויך יעדע זאך וואס דו ביזט זיך מקבל, ביזטו יעצט מייסד א נייע דין פאר דיינע דורות.
אתמהה! ס'זאג'ט זיך עפעס נישט,
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 4:06 pm
דורך טיטאניק
עמעזאן האט געשריבן:חס ושלום! מיר דינען געטריי מנהגים, איך וויל פשוט פארשטיין די נשמה פון דעם דין, אז לכאו' קומט אויס אז יעדע חומרה גדר סייג וואס דיין טאטע האט אויף זיך מקבל געווען איז דיר מחייב עד סוף כל הדורות פאר א דוגמה קוק צוריק אויבן וואס איך שרייב,
און אזוי אויך יעדע זאך וואס דו ביזט זיך מקבל, ביזטו יעצט מייסד א נייע דין פאר דיינע דורות.
אתמהה! ס'זאג'ט זיך עפעס נישט,
עס זענען דא מנהגים וואס זענען חומרות, אדער הידור מצוה, ווען די טעם דערפין איז פארשטענדליך און עס איז א שיינע מנהג, אדער א שיינע מסורה מיט א זיסע טעם
אדער מנהגים וואס האט נישט קיין הענט און פיס אבער עס איז גיט אין טעם
למשל גיין קישען די הענט פון די מאמע שבת ביינאכט, גראדע שמעתי אז בעלזער רב טיט עס יעדע שבת ביינאכט! זייער א שיינע מנהג גראדע
די מנהג פון עסען פירות ט"ו בשבט א שיינע מנהג זיס און בעטעמט
די "קפידא" פון עסען הערינג און אווער נייט קיגעל שבת ציפרי (אויספאסטען) אים 12 איזייגער, איין שטיק געשמאק (נישט פארגעסען די ראפשיצער קידוש אויף וואדקע וכדומה, אגב אויב האסטי פארגעסען צי קידוש מאכען פארען אויספאסטען קען מען מקיל זיין און מאכען קידוש אויך נאכען עסען!
)
די מנהג פון עסען אין סוכה אפילו א אכילת עראי איז א שיינע מנהג ווען מען האט א שיינע סוכה
שלאפען אין די סוכה אויב מען האט א פרייוועט סוכה פאר זיך און די ווייב, דאס איז בכלל זייער ראמאנטיק
פארען קיין מיאמי
גיין אין קאנטרי
וואכטנאכט
און די ליסט פון די סארט מנהגים איז גרויס און עס מעג ווערען גרעסער ווייל עס איז זייער גיט זייער זיס, וואס גייט מיר אן די טעם? אז עס האט א טעם אין מויל איז שוין גיט!
אבער ווען מען קימט אן צי די מנהגים וואס האבען נישט קיין שום הסבר און עס איז נגד השכל און מען איז עס מקיים מיט א ראדיקאליזעם דאס פארשטיי איך נישט, ווי למשך עיין ערך סקווערע שטיוועל.... און אזוי ווייטער א ריכטיגער מנהג שטות (ווען אין סקווירא גופא אינדערהיים איז נאר דער רבי געגאגנגען א שטריימעל און אלע חסידים דאשיקעס ווי די רוסישע חסידים)
די מנהגים פארשטיי איך נישט און איך האלט עס טאקע נישט
(בערל, איך מעג אויך?
)
יומא ב' ע"ב
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:20 pm
דורך ונבנתה העיר
די גמ' זאגט אז מען וועט ענדערש ארויסלערנען יום כיפור פון די שבעת ימי המילואים ווי די שלוש רגלים פון שבעת ימי המילואים, ווייל 'דנין דבר שנוהג פעם אחת בשנה מדבר הנוהג פעם אחת בשנה, לאפוקי רגלים דלאו פעם אחת בשנה נינהו', זאגט רש"י: מלואים פעם אחת הוא דהוו בשנה.
מילואים איז דאך געווען איינמאהל אין היסטאריע, איז וואס עפעס איז עס געווען איין מאהל אין יאהר, אפשר איינמאהל א חודש, אדער איין מאהל א יובל?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:25 pm
דורך מאטי
פרעגסט אויף רש"י, אדער די גמרא, אדער ביידע?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:34 pm
דורך ונבנתה העיר
אויף די גמרא.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:41 pm
דורך מאטי
ס'קען אפשר זיין אז די מימרא דנין וכו'... איז געווען שגור ביי די בני ישיבה, אבער ס'איז דאך גענוג גוט אויף צו זאגן אז יוה"כ זאל גיין מיט דאס מער ענדליכע מילואים ווי איידער שלש רגלים וואס ענדלט ווייניגער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:44 pm
דורך דריידל
יום כיפור אז ענדערש דומה צו מילואים ווייל מילואים איז נאר געווען איין מאל א יאר. איה"נ, אויב וואלט מען מסופק געווען מדמה צו זיין עפעס וואס איז נוהג פעם אחת ביובל אדער יוה"כ וואלט מען ענדערש מדמה געווען דבר הנוהג פעם אחת ביובל אבער יעצט אז די ספק איז צווישן יוה"כ אדער רגלים, איז יוה"כ מער דומה
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:54 pm
דורך ונבנתה העיר
מאטי האט געשריבן:אבער ס'איז דאך גענוג גוט אויף צו זאגן אז יוה"כ זאל גיין מיט דאס מער ענדליכע מילואים ווי איידער שלש רגלים וואס ענדלט ווייניגער.
עס איז נאכאלץ א דוחק.
אין היסטאריע:
מילואים - 1
יום כיפור - 3000
רגלים - 9000
עס איז נישט כאילו ס'איז דא א הלכה מסיני אז נאמבערס זענען א בענטש-מארק, עס איז סתם א סברא וואס די גמ' פראבירט מחדש צו זיין [די גמ' רעדט דארטן ארום נאך כל מיני צד השוהס], נאר אז מען שטעלט עס אויפן יאהר דאן זענען זיי אייניג, פארוואס אבער האט די מילואים מיט'ן יאהר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:04 pm
דורך מאטי
אין די לייף-ספען פון די וואס האבן מיטגעלעבט די מילואים איז דאס בילד אביסל בעסער.
מילואים 1
יוה"כ 70
שלש רגלים 210
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:05 pm
דורך דריידל
ווען משה רבנו האט עס געזאגט איז געווען די ערשטע יאר נאך מתן תורה און ביז דאן איז געווען איין יום כיפור און דריי רגלים
יומא כ"ט ע"א
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 3:37 pm
דורך ונבנתה העיר
דאמר רבי בנימין בר יפת אמר רבי אלעזר למה נמשלו תפלתן של צדיקים כאילת לומר לך מה אילה זו כל זמן שמגדלת קרניה מפצילות אף צדיקים כל זמן שמרבין בתפלה תפלתן נשמעת.
ווער קען מסביר זיין?
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 4:59 pm
דורך נאה דורש
מפצילות איז טייטש שפאלטן(?) אז זייערער תפילות שפאלטן הימלען(?)
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:11 pm
דורך ונבנתה העיר
וועל...
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:59 pm
דורך [NAMELESS]
ע'ד דרוש ע''פ יסוד דגאוה מעכבת קבלת התפילה,
מה אילת כ''ז שמגדלת אינה מתחזקת כנהוג רק מתפצלות כך צדיקים אע''פ שמרבים בתפילה ושייך להגיע עי''ז לגאוה, והם להיפך עוד מרבין בעניוות ועי''ז תפילתו מתקבלת,