בלאט 2 פון 12

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 8:54 pm
דורך מנשה לוסטיג
אויב דער נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך איך געלאכט..

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 8:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
ליפא'ס בארד איז געגאנגען האלטן קאמפאני די בארד פון מתתיהו אין די עולם העליון פון בערד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:08 pm
דורך איך בין עס
טייער בערד ווי זענען ענקער יודן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:42 pm
דורך zurich
פארדעים איז סאטמאר רב גיט!!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 10:09 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:46 am
דורך סאשי פיש
די אפישעל פריוויא!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UI6aFqFhy1Q[/youtube]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:41 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נעבעך נעבעך , ליידער ליידער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:50 pm
דורך [NAMELESS]
C/p
ס׳דרייט זיך ארום א זאפטיגע וויץ אויף ליפא שמעלצער אז וויבאלד ער האט אפגעשניטן זיין בארד און ער האט געמאכט א ניגון דערוועגן, וועט ער אן אנדערעס מאל זיך אויסטוהן די הויזן און מאכן אויף דעם א ניגון.
איך גיי נישט דא פארטיידיגן ליפא, ער איז אפגעפרעגט פאר אנדערע סיבות, אבער ס׳איז אינגאנצן נישט קיין פארגלייך שניידן די בארד מיט אויסטוהן די הויזן.
אויסטוהן די הויזן איז א זאך וואס וועט אייך לאנדען אויף א שפיטאל בעטל אינעם פסיכיאטארישען אפטיילונג פון גוד סעמעריטען שפיטאל אדער גאר אויפן **** אפענדער רעג׳יסטרי ליסט, און שניידן די בארד איז א נארמאלע זאך, די גאנצע וועלט שניידט זיך די בארד, רוב אידן שניידן זיך די בארד.
איר ווילט הערן אן אינטערעסאנטע זאך?
ס׳דא א מחלוקה צווישן די מגן אברהם, פרי מגדים און אנדערע פוסקים אין אורח חיים סימן תקנ״א צו אין די דריי וואכן מעג מען זיך שניידן די בארד לכבוד שבת.
אסאך פון אונז וועלן אנקוקן די מחלוקה מיט קעלבערנע אויגן, וואו מ׳זאל זיך ווען טענה׳ען צו חזיר פלייש האט צומות הגידין.
מ׳טאר דאך קיינמאל נישט שניידן די בארד וואס א חילוק א גאנץ יאר צו די ניין טעג?!
נאר וואס דען, על פי הלכה מעג מען שניידן די בארד.
די רמב״ם אין ספר המדע פרק י״ב הלכה ז׳ און דער מחבר אין יורה דעה סימן קפ״א סעיף י׳ שרייבן קלאר אז מיט א מספריים (א שער מאשינדל וואס איז נישט קיין גאל מעסער) איז אבסאלוט מותר.
די מדת החסידות פון נישט צורירן די בארד איז פארוואנדלט געווארן אין די לעצטערע יארן ממש וואו א איסור כריתות.
די רבנים צווישן זיך וועלן שוין טרעפן א היתר צו גיין אינעם גויאישען געריכט וואס די מחבר פסקנ׳ט איז ביהרג ואל יעבור און איז ככופר בכל התורה כולה אבער דו שנייד נאר נישט דיין בארד, טאמער יא וועט מען ארויסווארפן דיינע קינדער פון די מוסדות.
עולם הפוך ראיתי אין פולן בוכשטעבליכען זין פון ווארט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:59 pm
דורך מנשה לוסטיג
מיר זאגט לעצטענס א גרויסע זינגער, אז ער האט אויפגעהער שניידן, ווייל ס'מער שענער א לענגליכע שמאלע בארד פאר עהם.. ס'האט מיט די פסיכאלאגישע קאפ טיילן..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 8:56 pm
דורך קאווע טרינקער
ליפא גאגא.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 9:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאווע טרינקער האט געשריבן:ליפא גאגא.


ביידע קנאפע זינגערס, אבער גאונים אין מארקיטינג.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 9:37 pm
דורך יואליש
ליפא ניצט דאס גלעזעל שפיל מעטאד אין דעם ניגון,לעצטענס פאפולערייזט דורך די גלעזעלעך ניגון (אכטונג: קול באשה וצורות נשים).

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:10 am
דורך סאשי פיש
[tag]יואליש[/tag] זיי מער מסביר וועלכע ניגון דו מיינסט? און וואס די קשר איז?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:39 am
דורך יואליש
סאשי פיש האט געשריבן:[tag]יואליש[/tag] זיי מער מסביר וועלכע ניגון דו מיינסט? און וואס די קשר איז?


כ'האב געלינקט צו די עקזעקט מקום אין ליפא'ס ווידיאו (1:23). נישט די ניגון איז די שייכות, נאר די פראקאשענס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 2:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_KwpAwbkzfw[/youtube]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 8:13 pm
דורך סלינקי
פונקט הער איך פון א גוטזאגער: ליפא האט אנגעהויבן אלס מסירות נפש איד (שמע), שפעטער איז ער געווארן א פשוטער איד, סך הכל וואס איז איצט איבערגליבן איז דאס פינטעלע :)

נאך א ניגון!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 3:51 pm
דורך סאשי פיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=S8AfEYwAnSA[/youtube]

גייט זיין אין די געשעפטען חנוכה!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 4:18 pm
דורך סאשי פיש
לויפט און קויפט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 4:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:דא רעד מען איבער זיין סידי!!

ס'איז היינו הך מ'קען עס נישט אפטיילן , ער געט עס ארויס און מ'הערט זיין פארדארבענקייט.
יתמו חטאים ולא חוטאים


פינטעלע, דארפסט טוישן דיין נאמען ווילסט נישט הייסן די זעלבע ווי די שגץ טעיפ :)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 4:45 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אמת , ער איז א גנב אויך צו אלע עבירות!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 12:03 am
דורך פרישער
מען ברויך אים מער נישט אסר'ן מען ברויך נאר אים אנקיקן נעבעך, חלילה נישט דזשאזשן, נאר ביטער רחמנות האבן אויף אים, ער טרעיט אויף צי זינגן, ער פארציילט ווי אזוי עס גייט ביי אים און קאלידש, אז ער קימט ארויס מיט א סידי, ער גייט זינגן אויף בראדוועי יעדער זאל קומען פליז, זיין צורה פארציילט ווי צישאסן ער איז, זיין קאפל האט עפעס א אויפשריפט, קען זיין אז מען האט דארט געלייגט זיין נאמען אויב ער פארלירט זיך, זיין גלעיזער האט ער נישט געקענט מחליט זיין אויב ער זאל גיין רינדיג אדער עקעדיג, איז זיין רעכטע זיין האט געוואלט רינדעכיג, אבער די לינקע זייט האט שטארק געבעיטן עקעדיג, האט ער געמאכט א פשרה, און געשאפן א בריל גענוי נאכציגעיבן ביידע זייטן פונעם ביי פאלער, איך רעד שוין נישטון זיין בעקיטשע, ווייל דאס איז גריידע יא נישט ערגער פון אלע רבנים זיין גלייכן, ער זינגט עפעס א קראנקן ניגן מלא קאמפלעקסן ווען א בארד וואס האט נישט א יוד, מען באדאנקט ליפא, פיר פערזאנן קלאטשן, א געלכטער, אבער איך קיק נישט און זיין קנקן, ווייל ווען איך קיק וועין וואלט איך דארט לכאורה געפינן דראגס.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 1:15 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
פוי עס גרוילט
פירסט טיים כ'האב מיך פון אים פארעקעלט
he went to far

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 8:41 am
דורך קאוועניק
שמעקי תמה אני פאר וואס די לייקסט פרישערס תגובה ווי ער רעדט אזוי נישט שיין אויף א יוד