בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 3:14 pm
דורך יאיר
לעיקוואוד'ס ליסט איז א גוטע עקזעמפל פון די היינטיגע פוסקים. יעדער זאגט אן אנדערע מיינונג, הצד השוה שבהן אז אלעס איז געבויט אויף די געפילן פון דעם ספעציפישן פוסק. אגב, איינער קען אפשר מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס לויט רב וואזנער איז בבת אחת אסור אבער אבר אבר מותר, אויסער אז עס איז אראפגעפאלן א פתקא מן שמיא כהאי לשנא ביים פוסק הדור אין ספרים שטוב?
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 3:28 pm
דורך אביגדור
זה בכה וזה בכה.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 3:35 pm
דורך יאיר
נו! לאמיר שוין זאגן אז א שויער איז מותר, אבער למלא פיו שחוק?!
גראדע האב איך געטראפן א גירסא אין אן אלטן שולחן ערוך אין סימן תקנ"א, הוא אינו שש, אבל אחרים הוא משיש

.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 7:40 pm
דורך דעת תורה
שוין, כ'האב נישט געוואלט דערמאנען די נקודה, ס'וועט מסתמא זיין קלים וואס וועלן עס אננעמען למעשה, אבער עס איז גוט אויף צו זען מיט וועלכן "פוסק" מען דיעלט דא...
דער ענין פון אבר אבר ווערט געברענגט אין די פוסקים לגבי רחיצה ערב שבת, - וואס אגב פון דעם גאנצן איבערקערעניש וועגן רחיצה ערב שבת איז כמעט א ראיה מוכרחת אז נישט נאר רחיצה של תענוג איז אסור, ווייל דאס איז דאך לכבוד שבת, אלא שיש לחלק דמ"מ רוחץ בכוונת רחיצה משא"כ כשרוחץ להסיר הזיעה - דארט זעט מען דעם יסוד אז אבר אבר איז גרינגער.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:33 pm
דורך קרעמער1
פערינא האט געשריבן:טיפה תורות
הרב דריע פסק'עט: "יכול להוציא ש"ז בכדי להתרחץ ולטבול במקווה, אך יהא זהיר שלא להתרחץ לאחר הטבילה כדעת המקובלים אלא אך ורק לפני הטבילה".
קען זיין אז כ'בין אביסל נאאיוו, אבער ס'מיר א פלא והפלא! א פורים טוירע איינס אין די וועלט.
איך מיין אז ס'איז פשוט, אבער מ'מוז עס פארט ארויסברענגען: איז רחיצה אין די ניין טעג א גרעסערע איסור ווי הוז"ל?
און איז עס ווייניגער הארב עפ"י קבלה ווי גיין אין שויער נאך די מקוה?
דאס עצה'ט ער מ'זאל טוהן כדי מ'זאל קענען גיין ט"ע, און די אנדערע ווארנט ער אהן אז מ'זאל נישט...
ס'דערמאנט מיר פון יענער וואס האט גע'גזל'ט כדי צו קענען מקיים זיין והשיב את הגזילה.
(קען זיין אז ער האלט אז הוז"ל איז נישט אזא גרויסער איסור, אבער עפ"י פשטות הזוהר איז עס דאך זיכער א הארבע זאך. נישט אזוי?)
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:38 pm
דורך געפילטע פיש
קרעמער1 האט געשריבן:(קען זיין אז ער האלט אז הוז"ל איז נישט אזא גרויסער איסור, אבער עפ"י פשטות הזוהר איז עס דאך זיכער א הארבע זאך. נישט אזוי?)
זעט אויס ער האלט אז ער דארף פסקנן הלכה, נישט קבלה.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:45 pm
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:שוין, כ'האב נישט געוואלט דערמאנען די נקודה, ס'וועט מסתמא זיין קלים וואס וועלן עס אננעמען למעשה, אבער עס איז גוט אויף צו זען מיט וועלכן "פוסק" מען דיעלט דא...
דער ענין פון אבר אבר ווערט געברענגט אין די פוסקים לגבי רחיצה ערב שבת, - וואס אגב פון דעם גאנצן איבערקערעניש וועגן רחיצה ערב שבת איז כמעט א ראיה מוכרחת אז נישט נאר רחיצה של תענוג איז אסור, ווייל דאס איז דאך לכבוד שבת, אלא שיש לחלק דמ"מ רוחץ בכוונת רחיצה משא"כ כשרוחץ להסיר הזיעה - דארט זעט מען דעם יסוד אז אבר אבר איז גרינגער.
כפי מיטב ידיעתי שטייט נישט דעם ענין פון אבר אבר לגבי רחיצה ערב שבת בתשעת הימים. פילייכט האט זיך כבוד תורתו טועה געווען מיט רחיצת פניו ידיו ורגליו?
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:32 am
דורך דעת תורה
דארט שטייט - אויב כבוד תורתי איז זיך נישט טועה - אז אפילו דאס וואס מען מעג וואשן ער"ש, זאל מען עס טון יעדע חלק עקסטער, נישט פניו וידיו אדער ידיו ורגליו אויף איינמאל. ומכאן המקור לחילוק זה של אבר אבר.
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:07 am
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:דארט שטייט - אויב כבוד תורתי איז זיך נישט טועה - אז אפילו דאס וואס מען מעג וואשן ער"ש, זאל מען עס טון יעדע חלק עקסטער, נישט פניו וידיו אדער ידיו ורגליו אויף איינמאל. ומכאן המקור לחילוק זה של אבר אבר.
נו, אדרבה. זאל כבוד תורתו ברענגען דעם מקור און מאיר זיין את עיני. כמדומה לי אז אבר אבר ווערט געזאגט לגבי רחיצה בחמין ביו"ט.
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:57 am
דורך קרעמער1
געפילטע פיש האט געשריבן:קרעמער1 האט געשריבן:(קען זיין אז ער האלט אז הוז"ל איז נישט אזא גרויסער איסור, אבער עפ"י פשטות הזוהר איז עס דאך זיכער א הארבע זאך. נישט אזוי?)
זעט אויס ער האלט אז ער דארף פסקנן הלכה, נישט קבלה.
נו דאס פרעג איך דאך, עפ"י הלכה איז דאך בטלה ט"ע
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 1:51 pm
דורך ליפא
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 4:26 pm
דורך העלא
שטותים
שטותים
שטותים,
זיצן א גאנצן ניין טעג און ביום תשעה באב פאר חצות אין א הייסע וואנע, און זיך מתענג זיין בתענוגים איז נאר א איסור דרבנן, (הגם א הארבע דרבנן - כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה וכן להיפוך)
הנוצאת ש"ז איז א בפירוש'ע משנה איז עס איז הארבער ווי די דריי ערגסטע עבירות,
און אין די גמרא ווערט אזוי אנגענומען,
און אלע ראשונים פסק'ן אזוי, געוויסע ראשונים האבן געהאלטן אז עס איז ביהרג ואל יעבור,
און אזוי ווערט גע'פסק'ט אין שולחן ערוך אבן העזר סימן כ"ג אהן קיין שום חולק,
סא סטאפ צו רעדן שטותים שבשטותים אשר שבשטותים
Re: איז דא א היתר נישט צו געבן א היתר צו שאוערן אין די ניין
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 6:17 pm
דורך יהושע חיים
ער זאגט אז בעצם ת"ע איז געמאכט נאך מקיים זיין עונה אבער ער איז מתיר פאר איינער וואס האט מוצא געווען נישט ביי עונה צו גיין אין מקוה וכו' אפילו דאס איז נישט געווען די ארגינעלע תקנה שלא יהא כתרנגולים וכו'
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 8:13 pm
דורך זעמיל מילכיגער
לדעתי זיכט די עולם התירים נישט ווייל זיין בחור'ל שוויצט, פשוט קיינער און 2015 איז נישט משים לב אויפן חורבן, ווען איינער זיצט שבעה ל"ע זיכט ער נישט אזויפיל התירים מיט זיינע שוויצערייען, יעדער מיט אביסל געפיל צום טויטען פארשטייט אז די וואך ליידט מען אביסל, נאר אז די חורבן איז ביי איהם נישט אזוי ווי א טויטען זענען נישט שולדיג קיין דיינים אדער שו"ע.
איך מיין נישט קיינעם פרעזענליך, אני הקטן האט אויך גענאסן היינט ווען א שטראם פון וואסער האט באגאסען מיין נאקעטען גוף, אבער בלעימען רבנים איז זיכער נישט גערעכט.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:36 am
דורך זעמיל מילכיגער
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 2:18 am
דורך וכדומה..
.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:14 pm
דורך יואב
זעמיל מילכיגער האט געשריבן:לדעתי זיכט די עולם התירים נישט ווייל זיין בחור'ל שוויצט, פשוט קיינער און 2015 איז נישט משים לב אויפן חורבן, ווען איינער זיצט שבעה ל"ע זיכט ער נישט אזויפיל התירים מיט זיינע שוויצערייען, יעדער מיט אביסל געפיל צום טויטען פארשטייט אז די וואך ליידט מען אביסל, נאר אז די חורבן איז ביי איהם נישט אזוי ווי א טויטען זענען נישט שולדיג קיין דיינים אדער שו"ע.
איך מיין נישט קיינעם פרעזענליך, אני הקטן האט אויך גענאסן היינט ווען א שטראם פון וואסער האט באגאסען מיין נאקעטען גוף, אבער בלעימען רבנים איז זיכער נישט גערעכט.
וויט-אלל-דא-רעספעקט זע איך באמת נישט די סתירה פון נעמען א שויער בשעת'ן טרויערן אויף א מת. ( שטייצעך אן ערליכער, גוטער, וואוילער און באליבטער איד געווען, ווארום ווער אויב נישט גוטע מענטשן זאלן שטארבן — די שלעכטע?). כ'קען מיך זען יא אדער נישט טון א סך זאכן בשעת כ'בין פארזינקען אין טיפן טרויער, פארט וואלט איך נישט באשולדיגט דעם שויער אין זיין דער וואס וויל אזוי אפשאקלען מיין צער. א שויער איז כהיום א מענטשליך געברויך פאר דעם דורכשניטליכן מענטש.
כ'האב געשריבן "דורכשניטליך", איך ווייס אבער יא פון יראים ושלמים וואס "דאס-זייפן-זיך" ווערט געזען אין זייערע אויגן ווי עפעס א מאדע, אזא סוב-חוקות הגוי געדאנק. "ביי חסידים האט מען נישט עוסק געווען אינעם גוף". שוין, א תירוץ. די סארט אידן וועלן נישט לויפן אין שויער בשעת ס'ווערט ביי זיי געבוירן א קינד — ווי א צייכן פאר פרייד.
ווידער אז מ'רעדט פון די רבנים, איך פערזענליך קען רבנים וואס פאר זיי איז א מקווה'לע פונקט גענוג — ליתר שאת העלן זיי כאפן נאך א מקווה. און אויב איך דענק גוט הערן זיי מוזיק סתם אזוי אויך נישט. א יוצא מן הכלל איז שטייצעך ווען פון די סקולענער הויפטקווארטירן קומט די נייעס אז ס'איז שוין באשאפן געווארן א פיפטן פאל צו עפעס א ניגון – אן אזויגערופן זמר'ל וואס מ'האט ווארשיינדליך אפגענומען פון עפעס א געהיים ארט ערגעצוואו צווישן דעם היכל התשובה ונגינה. דער זעקסטער הקפה ניגון ווידער וואלטן זיי דאך געזינגען אום תשעה באב אויך.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
רבותי איך בין יעצט געוואויר געווארן אומדירעקט אז ס'דא אידן וועלכע פלאשן נישט די טוילעט אום שבת ויו"ט. איך ווייס נישט צו איך זאלל לאכן אדער רחמנות האבן אויף זייער משפחה...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 10:00 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
פארוואס פלאשען זיי נישט?
Re: איז דא א היתר נישט צו געבן א היתר צו שאוערן אין די ניין
נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 10:04 pm
דורך samiam
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:פארוואס פלאשען זיי נישט?
די וואסער קען ערגעץ ארויף קומען און דאס איז זריעה or something like that...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:01 pm
דורך berlbalaguleh
samiam האט געשריבן:די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:פארוואס פלאשען זיי נישט?
די וואסער קען ערגעץ ארויף קומען און דאס איז זריעה or something like that...
אויך, איינער אן עקסטרעמיסט (וואס איז יונגערהייט יא געווען א נארמאלער רב און א בר דעת.) טענה'ט אז דאס איז הוצאה מרשות לרשות. ספעציעל אין די קאנטרי. אבער ער איז ---אזוי ווי כמעט אייביג-- פעקטשועללי ראנג. ווייל אין די קאנטרי האבן רוב פלעצער א סעפטיק טאנק וואו די וואסער גייט אריין. און איז נישט קאננעקטעד דיירעקטלי צו דעם שטאטישן סוער סיסטעם...!
נאר רבותי, לאמיר זיך פארשטעללן וואס דארט טוט זיך אפ אין משך פון א שבת אדער יו"ט...! איך בין יענעם רב מוחל די חלות, פיש און טשולנט. און זיין גאנצע הכנסת אורחים. איכ'ל ענדערש האלטן שבת אויף די גאס ווי איידער צו זיין במחיצתו פון אזא (פארדרייטן) מענטש...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:03 pm
דורך שמעקעדיג
ויסעו משאוער ויחנו בטוילעט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 12:21 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ויסעו משאוער ויחנו בטוילעט.
היינו הך:
ס'די זעלבע זאך:...
אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן.
ריח ריח לגזירה שווה.
מה כאן כבוד הבריות
אף שם כבוד הבריות.
אה. כ'האב מיך דערמאנט נאך א זאך וואס מיין רבי פלעגט צו זאגן ווען ס'האט זיך געמאכט א נישט אנגענעמער גערוך אין קלאס. און א יונגל האט קאמענטירט דעריבער. האט ער אייביג געזאגט..."שמעק אויס דיין חלק. און די איבעריגע לאז פאר א צווייטן...
