בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 8:54 pm
דורך לעיקוואד
קיין סאך געלט האב איך נישט, ווי שלמה המלך האט שוין מעיד געווען אויף מיר 'לא לחכמים לחם', און קיין חברים עסקנים און פסיכאלאגען האב איך אויך נישט, וויבאלד איך חבר זיך שווער מיט די סארט מענטשען העלפערס וואס ווייסען אלץ וואס איז גוט פאר א צווייטער. אבער איך בין גרייט צו זיין זיין חבר דער ליידאק צו פארברענגען מיט עם ווען ער וויל. זאל ער זיך פארבינדען מיט מיר אין אישי און איך וועל עם שיקען מיינע טשעט אקאונטס ער קען זיך פארבינדען מיט מיר 24/7 צו שמועסן און רעדן נארישקייטן.
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 9:16 pm
דורך מאראנצןזאפט
wow לעיקוואד, איך האב מיך איינגעשריבן צו לייקן די רירנדע תגובה.
מיר קענען זיך אלע לערנען פון דיין גאלדן הארץ זיך אינגאנצן מקריב זיין פאר א פרעמדן איד.
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:די חיוב שכר לימוד בלאנגט אויף די טאטע , און טאמער געבן זיי נישט קיין וויזיטעשן פאר די טאטע דאמאלס קענען זיי פארגעסן פון באקומען א פעני,
קינות, דו וויסט דאך יא. ס'איז דא ליידער מאמעס (גרושות) וועלןכע ווילן אלעס ארויסצאפן פונ'ם טאטן, אבער וויזיטעישן רייטס ווילן זיי מיט אלע כוחות צושטערן. איך האב מיטגעהאלטן א קעיס פון א חבר מיינער וועלכער איז געווען א גרוש (שוין חתונה געהאט בזיוויג שני, ב"ה) וועלכער האט אלעס געקויפט פאר'ן קינד. אבער די מאמע האט אייביג געשטערט אז דער טאטע זאל זיך טרעפן מיט זיין טאכטער'ל, מיט'ן חשבון אז אויב ער וועט צוויי אדער מער מאל פארפאסן זיך טרעפן מיט איר וועלן זיי קענען גיין אין קאורט זאגן אז דער טאטע אליין האלט נישט איין די וויזיטס און מ'זאל עס אוועקנעמען פון איהם. ער האט מיך עטליכע מאל גערופן אלס עדות אז ער קומט יא באזוכן זיין טאכטער. נאר די מאמע, זעענדיג מיך אין מיין קאר, האט אויפגעהויבן א פינגער פון סטראשונג אקעיגן מיר. זיי האבן אראפגענומען מיין לייסנס פלעיט און נאכדעים האבן זיי מיך געקאלט סטראשען אז זיי וועלן קאליע מאכן שידוכים פאר מיר אויב איך הער נישט אויף צו גיין צוזאמען מיט מיין חבר. אויף די עצה פון מיין רבי האביך אויפגעהערט צו גיין...
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 9:56 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל שיקן געלט, אבער ווי אזוי קען איך עס טוהן אהן גילוי?
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 11:35 pm
דורך קינות גירושין
אה די ראש הקהל טיילט געלט? איך בין צווייט אין די ליין
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 11:56 pm
דורך שמעקעדיג
און איך דריט..........
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:13 am
דורך קאווע טרינקער
יואב, ס'מיר א פלא אז דער עולם איז ניטאמאל מטיל ספק.. מ'נעמט אייך אן גאר ערענסט... For a change
זעהט אויס אז ס'דברים היוצאים מן הלב.
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:55 am
דורך מזלטוב
איך האב אינפורמיישן וואס קען אמת'דיג העלפן. מיט נעמען און טלפון נומערן. ווענד זיך צו מיר אין אישי ביטע
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:43 am
דורך איך אויך
ראשעקאל האט געשריבן:איך וויל שיקן געלט, אבער ווי אזוי קען איך עס טוהן אהן גילוי?
שיק א מאני אורדער.
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:24 am
דורך טעפל
ווי קען מען העלפען מיט גוטע ווערטער??
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:40 am
דורך קינות גירושין
שוין דא א אשכול פון טערעפיסטס אין ווילי קען מרדכי קליין איך האלט פון עם
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:03 am
דורך בן תמליון
היינט איז דא גענוג אנליין טולס צו פאנדרעיזן ווי א עולם קען באשטייערן פאר א צוועק און מען קען געבן בעילום שם אן חשש גילו. למשל דא איז א פריי פלאטפארמע עס קאסט גארנישט איינער ארגענעזירט א קאמפיין בלאט און יעדער קען באשטייערן.
http://www.indiegogo.com