בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 4:59 pm
דורך קרעמער1
לאָקאַטאָר = טענענט
ווינדע = עלעוועיטער
(מקור: יצחק באשעוויס)
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 8:04 pm
דורך יידל
וועלקאם בעק, ר' קרעמער דער ערשטער.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:09 am
דורך לעיקוואד
איך בין נישט זיכער דא איז די ריכטיגע אשכול, אויב נישט ביטע ווייזט אן דער ריכטיגע פאר אזעלכע שאלות.
וויאזוי זאגט מען א lake אויף יידיש?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:16 am
דורך משה געציל
גוגעל טרענסעליט טייטשט עס איבער צו; אזערע, אויף אידיש וויקיפידיע האבן זיי א בלאט פאר דעם.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:36 am
דורך לעיקוואד
נו, דאס האב איך אויך געזעהן, אבער איך האב קיינמאל געזעהן מ'זאל נוצען דער ווארט, איינער האט עס אמאל געהערט? איך וואלט שוין ענדערש געשריבען וואסער און שוין.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 9:13 am
דורך מאראנצןזאפט
טייכל\טייך
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:19 pm
דורך קאמענטירער
[tag]לעיקוואד[/tag]
יא לעיק אין אידיש זאגט מען אזערע וואס איז די חילוק? ביי ענגלישהאב איך געלערנט אז סאיז דא פינעף קאטאגאריעס פון איינגעזאמעלטע וואסער ווי אושע"ן, ס״י, לעי״ק, וכדו׳. און פינעף נעמען מיינט אז סאיז פינעף אנדערע סארטען.
און צו אנרופן וואסער און פארטיג״... ביזט נישט די ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם רעיון...
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 1:10 am
דורך פידלער
אזערע קען מען אויך נוצן אויף קלענערע וואסערן ווי צב"ש א pond אדער רעגן puddle. אויב דאס איז א substantial body of water, וואלט איך גענוצט די ווארט פאר river: טייך.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 1:33 am
דורך ונבנתה העיר
איך מיין אז טייך איז מיוחד פאר א נהר וואס לויפט.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 7:57 am
דורך מאראנצןזאפט
פאר א טייכל איז דא נאך א ווארט 'קאלוזשע' אבער מ'נוצט עס זעלטן, סיידן למשל ביי 'א קאלוזשע פון בלוט' וועט מען עס יא נוצן.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:02 am
דורך קאמענטירער
אקעי איך זע אז מ׳מוז איבערגיין די פינעף קאטעגטריעס וואסערען און זייערע נעמען אין לה״ק, אידיש, און ענגליש, אי״ה עוד חזון למועד
יעצט וויל איך אויסשמועסן א נקודה-
כ׳האלט אז יעדע לה״ק ווארט וואס אונז נוץ מיר אין אידיש איז דא א אידישע ווארט אנשטאט, טאקע אומבאקאנט און עס קלינגט מער ווי פון א פרעמדע שפראך (ווי דייטש אדער פויליש) -אבער דאך איז עס א אידישע ווארט ווא מפלעגט אמאל נוצען
כ'האב מיך איינמאל באגעגענט אין א ביכעל וואס די שרייבער האט גענוצט אנשטאט "טעות" די ווארט ״אורטוהם״ סקוקט מיר אויס ווי סאיז א אידישע ווארט כאטשכהאב עס נישט געטראפען נאכעמאל אשיין ערגעץ
אדרבא זאל די עולם זיך לאזן הערן:
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:07 am
דורך מאראנצןזאפט
וואס איז שלעכט מיט'ן פשוט'ן 'גרייז'.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:02 am
דורך טעפל
וויאזוי זאגט מען יתום אין אידיש?
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 1:39 pm
דורך בן תמליון
טעפל האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען יתום אין אידיש?
דאס איז עס יתום 'איז' אידיש. פאר סיבות האט אונזער מאמע לשון ענדערש געהאלטן דעם תנכ'ישן יתום וואס פינטלט גראד צום אבי יתומים און אלמנה ויתום לא תענון, און נישט איבערגענומען דעם דייטשן 'ווייז'. אזו איז דא פילע ווערטער ווי לבנה און צענדליקער אנדערע.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 3:13 pm
דורך ימי קדם
ישובניק:
סתירה און היפוך זענען ביידע לשון קודש (אראמיש) נישט אידיש בכלל. און ווי ווייט איך ווייס זענען זיי נישט און כלל פון די לשון קודש ווערטער וואס זענען אפיצעיל גענוצט אין אידיש.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 3:40 pm
דורך קאמענטירער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט'ן פשוט'ן 'גרייז'.
גערעכט אבער סקען זיין נאך ווערטער מיט איין באדייט און עס איז מסתבר ווייל די שרייבער האט עס גענוצט פאר א טאט ווארט.
טעפל האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען יתום אין אידיש?
כ'ווייס נישט, אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז נישט דא, בלעטער אדורך צאינה וראינה אדער ענליכס, מעגליך אז זיי האבן א ווארט דערפאר.
איי וואס מאכט מיר טראכטן אזוי? ווייל איך האב מיר אנגעשטויסען אין לה"ק ווערטער וואס כ'האב געמיינט אז ס'איז נישט דא אין יודיש, ווי צב"ש לעצטענס האב איך געטראפען אן אלטע פארצייטישע ליד אויף אז ישיר, און וואס שטייט דארט אנשטאט מלאכים? ענזשיל.!!
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 3:44 pm
דורך טעפל
ואני שמעתי ענגעל-באטן
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 4:57 pm
דורך קרעמער1
"אורטוהם" איז געווען אן אנגענומענער יודיש ווארט. און אזוי אויך "נאכבאר" (שכן) און "מער" (ים). און נאך.
אבער לעצם הענין, בין איך נישט אזוי זיכער אז "קאמענטירער" איז גערעכט מיט זיין הנחה אז אויף "יעדע" לשה"ק ווארט איז פארהאן א יודישער איבערטייטשט.
מיר זוכן כסדר פאר אלטערנאטיוון אויף תלמוד'ישע ווערטער, און אפט בלייבט מען שטעקן.
און צוריקגעשמועסט, זנען פארהאן טייל יודישע לינגוויסטן, וואס טענה'ן בעצם, אז די דאזיגע ווערטער פון ארגינעל-פרעמדע-שפראכן וואס זענען שטארק אריין אין יודישן באנוץ, קענען ווערן גערעכנט ווי ריין יודיש. וויבאלד א שפראך ווערט געשאפן דורך מענטשן וואס רעדן איר.
מיט וואס זענען די לשה"ק ווערטער אנדערש ווי די ריין-דויטשע\אונגארישע\פוילישע ווערטער, וועלכע ווערן אפט גענוצט.
ווייל דאס ווייסטו גענוי דעם מקור, ווערט עס אויס יודיש?...
(אזא וויכוח האמיר געהאט איבער דאס ווארט "אקעי"... מ'קען זאגן פיין\גוט\ערלעדיגט, אבער עס האט נישט דעם "אקעי" באדייט און פראקטישקייט. און דאכט אז אפי' אין איזרעאל און אין אייראפע נוצט מען עס).
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 8:08 pm
דורך גלות יוד
ווי אזוי זאגט מען "שותף" אין אידיש? כ'האב געטראכט קאלעגע אבער ס'יז נישט ריכטיג.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:50 am
דורך פיש כאפער
וויאזוי זאגט מען ׳בערך׳ אין אידיש; בארלייפיג אדער ביילייפיג? אויב מעגליך צייכנט צו א מקור.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:06 am
דורך ברסלבער
איך וואלט געזאגט "אומגעפער".
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:38 am
דורך פיש כאפער
ברסלבער האט געשריבן:איך וואלט געזאגט "אומגעפער".
איך וואלט אויך גענוצט אומגעפער, אבער מיין שאלה איז לגבי די ווארט ׳בארלייפיג-ביילייפיג׳
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:01 pm
דורך שמעקעדיג
בארלייפיג איז נישט א ווארט וואס איך האב געהערט.
עס איז פארהאן "פארלייפיג" אבער עס מיינט גאר עפעס אנדערש.
ביילייפיג און אומגעפער האט די זעלבע מיינונג.