בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 5:58 pm
דורך לאליפאפ
ביטון איז א פאפולערער ספרדישע נאמען, שטארק מעגליך צוויי באזונדערע מענטשן.

בד״וו זעה איך אז קרח גייט נאך אהן און האט א פאסטן אין בני ברק... גוד פור הים.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:20 pm
דורך בדחן
קופערניקוס האט געשריבן:וואס האבן חרדים מיט זייערע טויזנטער בדאצים תחת כל עץ רענן צו היידזשעקן די רבנות וואס איז מעצם טבעה א מזרחי מוסד?


עס איז די זעלבע זאך דאס וואס די מזרחים פראבירען צו טיען מיט די תורה, אמאל האט מען געוויסט אז א מזרחיסט איז א מזרחיסט,
היינט צוטאגס פראבירען זיי זיך אהערצושטעלן ווי גלייך זיי זענענן די זעלבע דרגה ווי די געהעריגע אידן, און זיי פראבירען צו שטערן אידן פון האלט די תרי"ג מצוות, ווי למשל זיי ווילען נישט אז בחורים זאלען לערנענן אין ישיבות, זיי ווילען נישט אז חסידישע בחורים זאלען בלייבען חסידישע בחורים, נאר זיי ווילען אז זיי זאלען גיין אין צה"ל און ווערען ככל הגוים בית ישראל, זיי ווילען שוטערן די ערליכע חיונך. און אזוי ווייטער, די ליסטע איז זייער לאנג.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:29 pm
דורך נאר,,פרייליך
קופערניקוס האט געשריבן:אמת.
אבער דאס אז עס ווערט א ירושה אזוי ווי אונזערע שושלתן הנודעים לשמצה איז א הירוס הרבנות.
כרעד בעיקר פון לאו - מעצגער נומער צוויי.
וואס האבן חרדים מיט זייערע טויזנטער בדאצים תחת כל עץ רענן צו היידזשעקן די רבנות וואס איז מעצם טבעה א מזרחי מוסד?


די קשיא איז אויך שווער גאר שטארק אויפען ח''כ אייכלער מטעם בעלז וואס זענען אלס געווען שטארק אויסגעשפראכען קעגן די חברה
ווי קומט צו אים צו ווערן א גאנצער הוגה דעות אין מזרחי אנשטאלטען
מה קרה בבעלז?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:34 pm
דורך אביגדור
.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:39 pm
דורך קאווע טרינקער
אמממממממממ.... ווער וואלט גוט געווען פאר רב הראשי אין אמעריקא?

ר' שמואלי בוטח?
ר' מיכל לעבאוויטש?
ר' מרדכי בעק?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:42 pm
דורך בדחן
לוי שם טוב פון וואשינגטאן
רב הרוויץ פון באסטען

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:14 pm
דורך נאר,,פרייליך
ברך: ליפא שמלצר עם האסיפה הבוחרת

הזמר החסידי ליפא שמלצר שהה במלון הירושלמי בו התקיימה ההצבעה • הוא ירד לאולם ההצבעה כדי לברך את הרבנים ואנשי הציבור • "אני בעד כולם", אמר • צפו

יונה שוב, בחדרי חרדים 22:41 24/07/2013תגיות: ליפא שמלצר, מלון, רבנות, ירושלים, מוזיקה 2לצפייה בתמונות מוגדלות לחץ כאןמברך ומצהיר: בפעם הבאה – רב ראשי אחד

בנט מברך את הרבנים הראשיים: "מאחל להם שיפעלו ויביאו לקרוב לבבות בעם ישראל". לבני: "אני מאחלת שידעו לפרש את התורה בדרך של תורה המבינה את צרכי כלל אזרחי ישראל"

תומר ניר, סרוגיםהדפסה24.07.13 21:05שר הכלכלה והמסחר, נפתלי בנט, ספג הלילה הפסד צורב עם פרסום תוצאות הבחירות לרבנות הראשית לישראל. שני המועמדים שלו, הרב דוד סתיו והרבשמואל אליהו, סיימו רק במקום השני. בתום מערכת הבחירות הסוערת, כתב בנט: "אני מברך את הרב יצחק יוסף ואת הרב דוד לאו, ומאחל להם שיפעלו ויביאו לקרוב לבבות בעם ישראל.  נפתלי בנט (צילום: פלאש 90)"מערכת הבחירות הנוכחית הבליטה את הצורך בשינויים מהותיים במוסד הרבנות, והתחלנו לפעול לשם כך בחודשים האחרונים".בנט הוסיף: "הרבנים הנבחרים יהיו חלק מהמפכה שהבית היהודי מוביל במשרד הדתות, ושכבר החלה במהפכת "בחר לך רב", בצמצום מועצות דתיות ובביטול מינויים פוליטיים במועצות הדתיות".שר הכלכלה הצהיר כי "בפעם הבאה יהיה רב ראשי אחד לישראל, כמו שיש רמטכל אחד ונשיא אחד לישראל".על הרב סתיו אמר בנט: "שוחחתי לפני מספר דקות עם הרב דוד סתיו. הרב סתיו–בעל נשמה גדולה– פרץ דרך בהקמת ארגון צהר, והוא מביא קול חשוב בעם ישראל. אני משוכנע שהוא עוד יוביל כאן מהפכות גדולות בקירוב לבבות בעם ישראל".בתוך-כך, גם שרת המשפטים ציפי לבני פרסמה הודעה המברכת את הרבנים הראשיים החדשים.השרה לבני אמרה:  "אני מברכת את הרב יצחק יוסף והרב דוד לאו על היבחרם לרבנים הראשיים לישראל. מוסד הרבנות הראשית משפיע על חייהם של כלל אזרחי ישראל, ונוגע באירועים מרכזיים בחייהם. לפיכך, אני מאחלת שידעו לפרש את התורה בדרך של תורה המבינה את צרכי כלל אזרחי ישראל, תורה המקרבת ולא מרחיקה, מפייסת ולא מפלגת והמחזקת את המקף המחבר בין היהודית לדמוקרטית. אני מקווה לשיתוף פעולה עם הרבנים הנבחרים לקידום הרפורמות הנדרשות העומדות על הפרק".תגיות:  הבחירות לר

דא האט איר אלע ברכות פון דעם חסידישען ליפא און פערעס מיטען מזרחי פירער בענעט
עי' בחדרי פאר די בילדער

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:19 am
דורך איך אויך
ממש אזוי? ליפא בכבודו ובעצמו האט געזאגט די געוואלדיגע דברי חכמה?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:51 pm
דורך [NAMELESS]
בני ברק'ער ראשי ישיבות זאלן מחליט זיין איבערן רב הראשי אמט איז אזוי ווי נפתלי בענעט זאל מחליט זיין ווער זאל זיין מנהל פון נטרונא.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:57 pm
דורך בדחן
און אז בענעט זאל מחליט זיין בנוגע אז בחורים זאלן אויפהערן לערנענן און גיין אין מיליטער, און ווי אז די בני ברק ישיבות זאלען מחליט זיין אז בענעט׳ס ווייב זאל אויפהערן גיין מיט הויזן.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:10 am
דורך קאווע טרינקער
פארוואס זאל זי גיין אן הויזן?

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:12 am
דורך בדחן
פארוואס זאלען די בחורים אויפהערן לערנענן תורה?

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:18 am
דורך קאווע טרינקער
חלילה!
ווען רביה"ק בעל הילולא האט געשיקט דעם עולם ארבעטען האט דאס געמיינט אויפהערן לערנען?
זמן תורה לחוד, ע"י קביעת עתים. וזמן הגנה לחוד, בעצם איז פיקוח נפש דוחה אלעס, אבער ס'אפשר להיעשות ע"י אחרים, מ'נעמט chances. אני יעצט לערן דו און איך וועל היטן אויף מיינע ברודער, און ביינאכט היט דו און איך וועל לערנען.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:36 am
דורך בדחן
איך פארשטיי נישט וואס דו האסט געענפערט, אבער איך בין זיכער אז עס איז עפעס גאר גוט, סאו אויך נוץ די זעלבע טעם פארוואס זי זאל גיין אן הויזען...

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:43 am
דורך [NAMELESS]
בדחן האסט פארשלעפט די נושא. איך שרייב אז היות אז חרדים זענען נישט מחשיב די קבנות ולא מפיהם אנו חיים, איז נישט יושר אז זיי זאלן זיין בעלי דעה צו ממנה זיין איינער וואס זיין פאזיציע האט א גרויסע משמעות ביי די מזרחי קרייזן.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:44 am
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס האט געשריבן:בדחן האסט פארשלעפט די נושא. איך שרייב אז היות אז חרדים זענען נישט מחשיב די רבנות ולא מפיהם אנו חיים, איז נישט יושר אז זיי זאלן זיין בעלי דעה צו ממנה זיין איינער וואס זיין פאזיציע האט א גרויסע משמעות ביי די מזרחי קרייזן.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 1:01 am
דורך דעת תורה
די קנאים האלטן טאקע אזוי, אז מיר האבן נישט וואס צו האבן שייכות מיטן מוסד הרבנות.

אבער אליבא דאמת, ווער האט פארקויפט דעם מוסד פאר די מזרחי? הרב קוק איז אויסדרוקליך נישט געווען קיין מזרחי'סט כמדומה, ער איז געווען א פרומער ציוניסט, אבער איך מיין ער האט נישט אנגעקערט דוקא מיט די מזרחי פארטיי. אזוי אויך זיין מ"מ הגרצ"פ פראנק ווייס איך אויך נישט צי ער האט זיך פאררופן א מזרחי'סט.

פאר לאנגע יארן, ביז די היכל שלמה פרשה, האבן עמך ירושלים'ער אידן און אוודאי אזוי ברחבי ארץ ישראל געהעריג געהאט א שייכות און א מעמבערשיפ אין די אפיציעלע קהילה און די רבנות, נאר די קנאים - א וואקעל מינאריטי - האבן זיך אפגעטיילט און געגרינדעט די עדה החרדית. מאה שערים, יא די הייליגע קנאי'שע שכונה מאה שערים האט בכלל נישט אויסגעקוקט ווי היינט. כל מיני אידן האבן געלעבט צוזאמען אינערהאלב אירע הייליגע געסעלעך.

עס איז אמת אז די אגודה - בעיקר אירע מיטגלידער מצד עצמם, לאו דוקא זי אלס ארגון - האט זיך מיט די צייט געמאכט שבת פאר זיך, און די רבנות איז געווארן מער און מער לינק, מיינט דאס נישט אז אויב קען מען דאס צוריק פרום מאכן זאל מען דאס נישט טאן. למעשה קען מען אויך זאגן אביסעלע בי עס, אז די אגודה איז לאו דוקא אינטערעסירט אין דעם עסק (מיי פוט... עס איז פאוער, געלט, זשאבס) נאר זיי מיינען בעיקר זיכער צו מאכן אז צהר זאל זיך נישט משתלט זיין דערויף און אפהארגענען אלע הישיגים פונעם סטאטוס קווא.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 1:04 am
דורך בדחן
קופערניקוס האט געשריבן:בדחן האסט פארשלעפט די נושא. איך שרייב אז היות אז חרדים זענען נישט מחשיב די רבנות ולא מפיהם אנו חיים, איז נישט יושר אז זיי זאלן זיין בעלי דעה צו ממנה זיין איינער וואס זיין פאזיציע האט א גרויסע משמעות ביי די מזרחי קרייזן.


איך האב דיר שוין גענפערט דערויף, דיין טענה איז זייער א גיטע טענה כ"ז מזרחי בראש מיט זייער פירער בענעט ביהעיווט.
אבער איינמאל בענעט איז דער וואס פארטרייבט די בחורים פון די גמרות, בענעט דער מזרחי'סט און זיינע נאכשלעפער זענען די וואס פארשפארן די ישיבות, זאל עס נאר זיין א גיטע אנהייב.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 1:18 am
דורך הדד בן בדד
בפרט דאס מאל איז דאך באמת דאס געווען דער חשבון, צו דערלאנגען דעם באנעט'ן א געזונטן ריק פון אחור, און ער האט עס טאקע גוט געשפירט און שווערט זיך יעצט נקמה, ער גייט טוישן דעם גאנצן סיסטעם פון די רבנות אין א"י, אזוי זאגט ער עכ"פ. ס'קוקט מיר אויס ער איז נאך ניי אין פאליטיק.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:46 am
דורך עפל סיידער
דער געוועזענער רב הראשי עמאר האט באקומען א טיטעל
''מרן אור העולם''

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 2:56 am
דורך berlbalaguleh
ע"ס: ייש"כ פאר ברענגען די וויכטיגע ידיעה. ס'הייסט ער וועט אייביג פארבלייבן מיט'ן טיטל "ראשון לציון" און אייביג אנטון זיין "איצטלא דרבנן" יוניפארם, אזוי ווי דער פריער'דיגער ראשל"ץ זצוק"ל... :? 8-) :lol: :roll: :P :lol: :P :o

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:42 am
דורך פישלע העררינג
הרב עמאר האט שוין פארפאסט 9 בענדער שו"ת שמע שלמה, וואס יעדער קען זעהן אויף אוצר החכמה.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:47 am
דורך פישלע העררינג
.