בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:54 pm
דורך שעפטל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vfP2QNB-EXs[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:57 pm
דורך שעפטל
נאך איינס

אויך זעהט מען June 1 1982 ווען פרינץ וואלף איז געבארן געווארן.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=d1hZADh3zSw[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:26 pm
דורך איך אויך
כ'זעה זיי האלטן נישט טהרת המשפחה.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:45 pm
דורך חזקיהו המלך
פוי פוי פוי, ס'גרוילט מיר צי זעהן ווי מענטשען ווארשיפען מענטשען,
נאך א ממזר'ל געבוירען, נו איז וואס, דארף די גאנצע מידיא זיין ביזי דערמיט, די חברה זענען קראנק אויפען קאפ,
אין ווער רעדט נאך ווער ס'קען די בלוטיגע היסטאריע פין די ענגלישע ראיעל פעמילי, א באנדע רוצחים, פליצלונג איז די מידיא ביזי דערמיט,
אין נאך אין אמעריקע, וואס אמעריקע האט זיך מיט בלוט אין נעגעל געשלאגען קעגען דעי משפחה פין טיראנען, אין מצליח געווען צי באפרייען אמעריקא, גייען זיי יעצט זיין ביזי אז ס'געבוירען א שרץ'ל ביים שרץ,
אין זה נאר אז די האלבע וועלט איז קראנק אין די אנדערע האלב משוגא, מיט ממש געציילטע וואס זענען נאך נארמאל,

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:51 pm
דורך זר זהב
איין גוטע זאך וואס כ'נעם ארויס, אזעלכע זאכן ווען איך זעה עס צו ווערט מיר מער פארשטענדליך וויאזוי מהאט אמאל געדינט עבודה זרה'ס בעק דען אין די מעדאיוועל צייטן צו א שטיין און א האלץ

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 11:56 pm
דורך לעיקוואד
כאילו עס איז די ערשטע מאל וואס עטס זעהטס א רבי מיט זיינע קינדער און אייניקלאך ווי דער עולם דינט עם. אינטרעסאנט ביי די גרויסע חתונה האב איך נישט געזעהן אזוינע תגובות.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:04 am
דורך בעל הבית
וואס רעדסטו שטותים ,ביסט מדמה בני
אברהם יצחק ויעקב נכדי תלמידי בשע"ט זי"ע צו פוסטע הבלי עולם הזה עם הדומה לחמור נאט פראפיר

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:05 am
דורך זר זהב
אמת ס'נישט קיין פארגלייך. אבער דער גוי האט דאך פונקט אזוי רעכט צודינען צום אנדערן גוי... דאס אז אידן זענען פארנומען דערמיט טויג נישט

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:15 am
דורך חזקיהו המלך
לעיקוואד האט געשריבן:כאילו עס איז די ערשטע מאל וואס עטס זעהטס א רבי מיט זיינע קינדער און אייניקלאך ווי דער עולם דינט עם. אינטרעסאנט ביי די גרויסע חתונה האב איך נישט געזעהן אזוינע תגובות.


טאמער די וועסט גוט איבערקוקען מיינע תגובות וועסטע יא טרעפען אזאלכע תגובות, (לאו דוקא ביי א חתונה נאר בכלל),
אין הכי טאקע ווארשיפען רבי'ס איז אויך א משוגאס, אין א קליינקעפיגקייט,

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:23 am
דורך [NAMELESS]
קיינער דינט נישט די קעניגליכע פעמילי, די יעצטיגע קאפעל איז א זיסע איידעלע קאפעל, און דער עולם האט זיי ליב. איך זעה נישט וואס איז ראנג דערפון. זיי פארלאנגען גארנישט פון קיינעם , וואס איז שלעכט זיך צו פרייען מיט זייער שמחה?
די רעבישע קינדער זענען אינגאנצען אנדערש - זיי זיצען אויפ'ן עולם'ס קאפ , מיינע אז די וועלט איז זייער'ס - א חלק פון זיי זענען גראב פיזיש און גייסטיש, עקעלדיגע אמעראצים , און מיינען אז זיי האבען א דירעקטע פייפ צום באשעפער וועגען זיי זענען קינדער פון עפעס א צודרייטן רבי.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:29 am
דורך זר זהב
נעה. ס'דא סאך זיסערע קאפלעך וואס דער עולם וואלט מער ליעב געהאט ווען מ'ווייסט ווען פון זיי צו זאגן. סיז בלו שיט די גאנצע זאך

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:32 am
דורך boxcover
חזקיהו המלך האט געשריבן:פוי פוי פוי, ס'גרוילט מיר צי זעהן ווי מענטשען ווארשיפען מענטשען...

איז געווען א רוגזה צווישען די בני [tag]חזקיהו המלך[/tag] און די בני מלכה אליזעביט?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:45 am
דורך שרגא
איך האב נעכטן געוואלט שרייבן אז עס איז מיר אינטערעסאנט די משוגעת פון די מידיא און מענטשן זאלן זיין פארנומען מיט א קינד וואס איז געבוירן. עס דארף ווען זיין די "קלענסטע נייעס" פון יאר. אפילו אויב גייט ער זיין דרייסיג יאר איבערנעמען זיין טאטן, איז דאך היינט כמעט א וויץ די גאנצע בריטישע קעניגן. זי האט דאך קיין שום זאכליכע ראלע אלס ראלע, אויסער זאגן "העלא" פאר באזוכער. איז וואס מאכט מען אזוי משוגע מיט זיין געבורט?
יעצט זע איך אז עס זענען דא נאך מענטשן וואס האבן געשפירט ווי מיר און די "גארדיען" צייטונג האט זיך צוגעהערט צו מיין פארלאנג. גיי ארויף אויף זייער וועבסייט וועסטו זען אויף די רעכטע זייט אויבן די ווערטער "NOT A ROYALIST", דרוקט דערויף, און באלד ווערסטו פטור פון דעם אנשיקעניש און עס וועט דיר מער נישט ארויפקומען קיין נייעס פון דעם נודנעם בריטישן בעיבי.
יעצט טראכט איך אז דאס קען ווערן בכלל א גוטע אפציע ביי יעדע נייעס, וואס איינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן דערוועגן.
אפשר אויך דא אין שטיבל וואלט אזא אפציע געקענט צונוץ קומען...

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 4:02 pm
דורך דענקער
ויקרא שמו ב'בריטאניע פרינץ דזשארדזש אלעקסאנדער לואי ישמח האב ביוצאי חלציו ותגל אמו בפרי בטנה וכו'

זה הנסיך מלך יהיה...

לעבעדיג ווי די קינד ווערט געבוירען

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 5:23 pm
דורך חזקיהו המלך
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Y-RXW6yL9Vc[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:01 pm
דורך קעגן די נעט
זעט אויס ווי לכבוד די שמחה ביי די מליכה האט די איד דע וואך א פארזעצונג אנגעהויבן ״די קעניגליכע בריטישע מליכה״ מיט א מייעסטעטישען מלכיתדיג קעפל,, אדער איז עס א קאענסידענט??

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:07 pm
דורך קאווע טרינקער
קעגן די נעט האט געשריבן:זעט אויס ווי לכבוד די שמחה ביי די מליכה האט די איד דע וואך א פארזעצונג אנגעהויבן ״די קעניגליכע בריטישע מליכה״ מיט א מייעסטעטישען מלכיתדיג קעפל,, אדער איז עס א קאענסידענט??

ניין, דער איד'ס קארעספאנדענט אין לאנדאן האט שוין באקומען די ידיעה עטליכע חדשים צוריק.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:12 pm
דורך לאליפאפ
קעגן די נעט האט געשריבן:זעט אויס ווי לכבוד די שמחה ביי די מליכה האט די איד דע וואך א פארזעצונג אנגעהויבן ״די קעניגליכע בריטישע מליכה״ מיט א מייעסטעטישען מלכיתדיג קעפל,, אדער איז עס א קאענסידענט??

א קאאינצידענט איז עס זיכער נישט! וואס פארשטייט איר נישט? יעצט איז יעדער ביזי צו רעדן וועגן די ענגלישע מלוכה, כאפן זיי זיך צו ווי א געבראטנס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:20 pm
דורך קאווע טרינקער
געהערט א ווערטעל:
די נייע בעבי, ליגט אין א באגעבא קערידש, לעבט אויף די רעגירונג'ס קאסע... ממש ווי א וויליאמסבורגע בעבי.

הדא הוא דכתיב: כל ישראל בני מלכים הם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:35 pm
דורך סאשי פיש
אפילו דו קלעי קאמפני איז ביזי מיט די בעבי..............

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:35 pm
דורך סאשי פיש
אזוי גאר!!??..............

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:47 pm
דורך לאליפאפ
קאווע די דזשאוק קומט פון מענדי פעלין! ער איז פיין

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:49 pm
דורך לאליפאפ
ישראלי׳ש געשטימט