בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:53 pm
דורך זר זהב
פליז. שעמען דארף זיך ענדערש דער וואס קען עס יא. הער אויף. אלי ביער? הו די העק איז ער. און איז ער א ירא שמים פון וועם מ'מגעג אויסהערן זיינע ניגונים?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:23 pm
דורך קאווע טרינקער
האסט א נקודה.
נו, וויאזוי ווער איך געוואור צו ער איז א ירא שמים?
האסט עפעס א סימן ?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:07 pm
דורך סלינקי
לויט דעם אז די סייז פון די יארמולקע ווייזט אויף די סכום יראת שמים, איז דאס א גוטע סימן?

בילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:50 pm
דורך געפילטע פיש
און ער גייט עס אזוי אויבן פון קאפ אזוי ווי סקולענע רבי האט ליב, אזוי אז די יראת שמים זאל נישט ארויספליען. (ס'דאך ידוע אז יראת שמים ציט אויף ארויף.)

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:56 pm
דורך סאשי פיש
מיט שירה מיט יאמי לאווי מיט גיטאר
יא די קאפעל שטייט עם גוט

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:57 pm
דורך זר זהב
וואו איז די בארד

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:03 am
דורך סאשי פיש
אויף דעם איז דא די מעשה פון ר׳ בארד ווי איז אייער יוד וד״ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:04 am
דורך זר זהב
נארישקייטן. מ'דארף אכטונג געבן, ניגוני איז זייער טיעף, ס'קען פארדארבן אז ס'קומט ממקור לא טהור. עיין בדברי ישראל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:00 am
דורך פרישער
און וואס האט פאסירט מיט יומי'ס בארד כ'זעי סיז פיין באשערט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:15 am
דורך געפילטע פיש
מ'דערציילט אויף איינער פון די וויזניצע רבי'ס, כ'מיין די מאנסיער, אז מ'האט געזונגען ביים טיש ובאו האובדים פון שלמה'לע. האט עם איינער מעורר געווען אז ס'דאך שלמה קארליבך'ס ניגון, האט ער געפרעגט: וואס איז? ער לאזט עס נישט זונגען?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:51 am
דורך פרישער
יא די מעשה איז וואר איך האב עס אויך געהערט פין איינעם וואס האט מיר ציגעזאגט אז דו מעשה קען אמת זיין

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 10:45 am
דורך סאשי פיש
נאך א בילד מיט שמעי ענגעל
זעט אויס אין עירפארט
זר ער האט וואלענע ציצית....!!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:42 pm
דורך מ. גליקמאן
קוקט ענדערש אויס ווי שמוציגע קאטענע ציצית.
ששש..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 4:29 pm
דורך סמארט פאון
זר זהב האט געשריבן:פליז. שעמען דארף זיך ענדערש דער וואס קען עס יא. הער אויף. אלי ביער? הו די העק איז ער. און איז ער א ירא שמים פון וועם מ'מגעג אויסהערן זיינע ניגונים?


פארוואס דארף מען זיך שעמען אז מ'קען די ניגון? די ווייסט בכלל ווער דאס איז אז די רעדטסט אזוי? דער מענטש איז ווי באקאנט א בעל תשובה אין די קענסט נישט וויסן וואס און וויפיל ער איז שוין דורךגעגאנגען ביז ער איז צו דעם צוגעקומען (אין דאס קען מעגליך פארענטפערן ווי זיין בארד -אויף וואס די זארגסט אזוי שטארק- איז אהינגעקומען...) די קענסט proven זיין ערליכקייט פון זיין קאפל.. און דאנט געט מי ראנג, איך האלט בכלל נישט פין גרויסע קאפלעך אז איך זאל ווערן פין דעם איבערגענומען, נאר אז די פרעגסט ענטפער איך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 2:58 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:28 pm
דורך קאווע טרינקער
http://www.youtube.com/watch?v=1WS1pNl46Fk#t=14

מוטי שטיימענץ

ווער איז דער איד מיט די ווייסע קאפל, פלאטשיגע הוט, זיצט אויבן אן, און שפעטער גייט ער שמועסן מיט איינעם. איז ער אברהם סלאנים ?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:27 am
דורך רויטע וואנצעס
הערליך שיין!
חנוכה קומזיץ מיט אידישע שטערנס, קליינע און גרויסע.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DWGEjF6nIXo[/youtube]

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:29 am
דורך דער (פינטעל) איד
כ'זעה א שטערן מיט א הויזן טראגער , דאס איז גאר אינטערסאנט נאך קיינמאל נישט געזען

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:35 am
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:כ'זעה א שטערן מיט א הויזן טראגער , דאס איז גאר אינטערסאנט נאך קיינמאל נישט געזען


זעהט אויס ער איז א קאמעט שטערן, מיט א וויידל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:12 am
דורך לעיקוואד
ווער איז דער איד מיט די ווייסע קאפל, פלאטשיגע הוט, זיצט אויבן אן, און שפעטער גייט ער שמועסן מיט איינעם. איז ער אברהם סלאנים ?[/quote]
יא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 7:59 am
דורך קאווע טרינקער
קומזיץ קומזיץ וואו איז ליפא?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 7:59 am
דורך לבי במזרח
אינטערעסאנט ווי די גרויסע שטערן ציטערט פאר קעלט און אלע קליינע גייען אויס פון היץ.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 7:37 pm
דורך סלינקי
א בדחן זאגט מצוה טאנץ אויף דעם ניגון

http://youtu.be/ir3dDucpfs8?t=6m8s