די פשט שטייט שוין אין די גמרא מיין איך. אז איינער וואס בארגט אן א חשבון פון וואנעט צו אפצאלן איז א רשע. נאר דער קנייטש אז עס מוז זיין פארזיכערטע געלט, נישט געלט פון א דיעל וואס קען גיין הכנות... דאס שטייט שוין נישט דארט. קען זיין אין די מפרשים שטייט עס יא.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
אני הקטן בין לגמרי מחולק מיט דער תורה אז מען טאר נישט בארגען אויף א דיל און א אינוועסטמענט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
רעב פרישער די נומערן שטימען עפעס נישט. צוויי מאות א וואך קומט אויס צו 10 אלפים א יאר וואס פון געבורט ביזן חתונה איז כמעט צוויי מאות אלפים מיט וואס איר קענט חתונה מאכן אין עטרת אברהם און נאך אפשר אראפלייגן א דאון פעימענט פאר א דירה. אפשר האט ער געזאגט צוויי מאות א חודש. אגב אז מען לייגט אריין די צווי מאות אין א אינטרעסט פאנד וואס גיבט אייך 5 פראצענט למשל, דאפלט איר אייער געלט אין צען יאר אן גארנישט טאן.
זיין שאו איז גוט אבער זיינע שיעורים זענען בעסער. ער האט א סעריע פון 13 שיעורים וואס ער לערנט פאר ארום די יונייטיד סטעיטס ער רופט עס the financial peace university עס זענען 13 cd's וואו יעדע cd איז נאך א נושא. אנגעהויבן ביי זיין שיטה פון די בעיבי סטעפס פון זיין אוועקגעשטעלט פינאנציעל, דערנאך שמועסט ער איבער אלע מיני נושאים פון finance באדזוטינג,סעיווינג,אינוועסטירן,ארויסדרייען פון חובות,לייף אינשורנס(דרך אגב האלט ער נאר פון טורם נישט פון האול לייף סארי פאר אלע agents דא.... )מארטגודזעס ועוד ועוד. יעצט, ער רעדט זייער גוט אין אינטרעסאנט ער האלט די עולם געשפאנט ווייל אסאך מאל זאגט ער נאר האלבע זאצן אין דער עולם דארף מיטזאגען (אזוי ווי די רבי אין חדר...) ווי אויך איז ער א גלויביגע אבער ער ברענגט עס נישט אריין אלעמאל חוץ ביי די לעצטע ד.ה. די 13טע שיעור רעדט ער פון געבן להבדיל צדקה בתורת יאשקע וואס מיר ווייסן אליין פון דעם אן אים....שמעו ותחי מאודיכם....
די גאנצע ענין פון בוזשעטן איז א גרויסע joke ביי רוב היימישיע יונגעלייט. טייל האבן א תירוץ של שטות פון בטחון. אנדערע זאגן אז זי איז שולדיג. און אנדערע געבן דיר סתם א ברייטע שמייכעל של ביטול.
ווען יונגעלייט וואלטן פארשטאנען גלייך נאך די חתונה וועגן סעווינגס, לייף אינשורענס (והבלאף שבו) קרעדיט, טעקסעס, סטאקס, IRA, 401k u וכו וואלט מען אונז נישט אזוי קראנק געמאכט יעדן טאג מיט.. העלפסט ראטעווען די שיף זינקט איין... ער האט נעבעך 12 קינדער בלא בלא בלא, ווייל ער וואלט קיינמאל נישט געזינקען ווען ער ווייסט ווען ווי אזוי צו שווימען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.