בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עס איז כדי צוהערן אויף 710am צווישן 2-4 נאכמיטאג דעוו רעמסי, א וועלט מומחה אין פיינענציס. ער מאכט איבער די קאפ אין פיינענצעס סיי מיטן חודשליכען בודזשעט סיי מיט אינוועסמינט וכו. ער נעמט טעלפאן קאלס וואס זענען טייל מאל זייער אינטערעסאנט.
איין זאך באדערט מיך איבער זיין שאו: וועןו ער דאנקט און לויבט זיין יאשקע. און ווען ער פראוועט גוי'אישע עניוות.

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 9:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
ריק עדעלמאן, זיין גרעסטע קאמפעטישאן איז א איד. איך ווייס ער איז אויף 770 זונטאג. א גאנצע וואך קען מען עם אויך ערגעץ הערן. זיי האבן א גרויסע מחלוקה אין דעם ענין פון בארגן.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 11:55 pm
דורך פרישער
איך גלייך זייער דעים רייס דעלמען ער האט זייער ארויס א זאך, און איז שטארק קאנזערוועטיוו,
איך האב אמאל געהערט א פשט אינעם מאמר לוה רשע ולא ישלם, דו פראגע איז א פשוטע פארוואס איז ער שוין בא'טיטל'ט מיטן נאמען רשע ביים בארגען, ער האט דאך נאכנישט נישט באצאלט, ווער זאגט אז ער איז נישט קיין באצאלער.
נאר וואס דען, ווען איינער בארגט געלט מיז ער האבען א גענויען חשבון פון ווי ער גייט באצאלען, דאס הייסט אז ווען ער נעמט ארויס א הלוואה סיי וואס א סארט, מיז ער שוין פארדינען דאס געלט אין וויסען אויב ער האט געניג פארדינס צו באצאלען דעים חוב, ער קען נישט גיין בארגען קיין געלט אויב איז זיין חשבון צי באצאלען פין געלט וואס ער גייט מרוויח זיין פון די הלוואה, ממילא דער רשע איז געגאנגען נעמען א הלוואה מיט א חשבון אז ער גייט עפענען למשל א ביזנעס אדער איינשטעקן א דיעל, הלו זה בשם רשע יכונה, ווייל וואס וועט זיין אויב דער דיעל גייט הכנות, וועסט דאך פארשמירן דעים מלוה, אין לך גונב דעת ורשע יותר מזו, דאס איז פשט אין פסוק לוה רשע ולא ישלם.
שוין געלערנט אויך ברוך השם
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 12:04 am
דורך דעת תורה
די פשט שטייט שוין אין די גמרא מיין איך. אז איינער וואס בארגט אן א חשבון פון וואנעט צו אפצאלן איז א רשע. נאר דער קנייטש אז עס מוז זיין פארזיכערטע געלט, נישט געלט פון א דיעל וואס קען גיין הכנות... דאס שטייט שוין נישט דארט. קען זיין אין די מפרשים שטייט עס יא.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 2:29 am
דורך George
ווי איז דער מקור פאר דעם פשט אז מ'איז שוין א רשע ביים בארגען פארן נישט האבן א חשבון צו באצאלען?
פשוט פשט איז, אז דער רשע בארגט און באצאלט נישט. ס'הייסט די גמרא דערציילט א מציאות, אזוי ווי למשל א בחינה פון איזה שוטה המאבד מה שנותנים לו.
תורות אין א זייט געלייגט, דער פראבלעם איז איינגעגעסן אין די היינטיגע סאסייעטי -אויך ביי גוים - און איספעשעלי ביי יודען- מ'לעבט אהן א חשבון, געלט גייט, געלט קומט, מ'האט אן אלף'ל, אה שוין לאנג געווען וואקאציע, איי אין וואך דארפסט עס האבן פאר רענט? מעט שוין זעהן. קומט נאך א וואך נישטא פאר רענט, בארגט מען ווייל סוף וואך קומט דאך אריין א פרישער טשעק, איי ס'קומט שכר לימוד? שוין שולדיג אין גראסערי? בארגט מען, און די באן פארט ווייטער. נאך א שטיק צייט דער איז נאו וועי בעק.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:31 am
דורך איחוד פעלד
אני הקטן בין לגמרי מחולק מיט דער תורה אז מען טאר נישט בארגען אויף א דיל און א אינוועסטמענט.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:57 am
דורך פרישער
עס דערמאנט זיך מיר א עובדה וואס איז פארלאפן מיט יארן ציריק, איך בין געוועין אין א אפיס צי ריסערטעפייען דעי שטאטישע זאכען, אין זיי מסביר זיין זיי זאלען מיר געיבן זיבן זאכען, מיר זענען געוועין דארט עטליכע אינגעלייט און שיין פארברעינגט דו צייט.
פליצלינג באווייזט זיך א אינגערמאן רינדע מיטעלע יארן, און נעמט דאס ווארט און זאגט, טייערע אינגעלייט הערץ וואס איך גיי ענק דא זאגען, שמעו נא דברי, הטה אזניך לאמרי פי,
מיר לעיבען היינט און א דור פון א שרעקליכע אכזריות, קיינער האט נישט רחמנות אויב באצאלט מען נישט אין בוטשער באקימט מען נישט קיין פלייש, דו זעלבע גייט און גראסעריי, פיש סטאר, שכר לימוד, און דירה געלט, און חתונה מאכען, איך בעיט באנעינק ביטע זעיט אוועק צילייגען כאטש צוויי מאות א וואך רייט אוועי פאר הכנסות כלה, ווייל בערך אזויפיל ברויך מען פער חודש קינד און מיר האבען דאך כאטשיג אכט קעניינע הרע, אויב האט איר נישט אוועק צי לייגען אזויפיל, בעיט איך עינק בכל לשון של בקשה, איר זאלט שוין אנהייבען גיין נאך געלט צאמשטעלן די מינדער וויכטיגע סומע, ווייל עס איז בכלל נישט שווער צי קלייבען צוויי הונדערט דולר, ווי איידער קלייבען זיבעציג טויזענט דולר אויף א מאל איז כמעט נישט שייך, אלזא שוין מהיום והלאה מאכען זיכער אריין לייגען צוויי מאות אין א קאסע לצורך החתונה, פון דעים טאג וואס ס'קינד האט באטראטן דעים עולם.
קיינער וועט נישט רחמנות האבען אויף אייך נישט דער אינוויטעישן סטאר, פערניטשער סטאר דרייגוד וכו'. אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט אייך זיין לייכט חתונה מאכען בשעה טובה ומצלחת בדרך כבוד, איך מיז באטאנען אז זיין דרשה האט מיך שטארק צינימען, כאטש עס איז שוין פארלאפען אסאך יארן פין דו עובדה.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:40 am
דורך בן תמליון
געוואלדיק פרישער. אפשר טאקע וואלט געווען א גוטער געדאנק וואס איינער האט פארגעשלאגן אין אנדערן אשכול א ספעציעל פלאץ דא איבער פינאנץ ווי ווער עס ווייסט זאל לערנען דעם עולם אביסל איבער סעווינגס און אינוועסטמענטס.
א שאלה צו הרב פרישער שליט"א
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 11:25 am
דורך berlbalaguleh
נו. האסט געטון לויט די עייצעה פונ'ם מיטל יעיריגן אינגערמאן וועלכער איז אריינגעקומען אין פ.ס.אפפיס?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 11:41 am
דורך בן תמליון
רעב פרישער די נומערן שטימען עפעס נישט. צוויי מאות א וואך קומט אויס צו 10 אלפים א יאר וואס פון געבורט ביזן חתונה איז כמעט צוויי מאות אלפים מיט וואס איר קענט חתונה מאכן אין עטרת אברהם און נאך אפשר אראפלייגן א דאון פעימענט פאר א דירה. אפשר האט ער געזאגט צוויי מאות א חודש. אגב אז מען לייגט אריין די צווי מאות אין א אינטרעסט פאנד וואס גיבט אייך 5 פראצענט למשל, דאפלט איר אייער געלט אין צען יאר אן גארנישט טאן.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 12:03 pm
דורך פרישער
גערעכט אבער יא געט די איידיע
מיר האבען בערך פינף ביז אכט קינדער צוויי הינדערט פער חודש, פער קינד, ני איידער מען דרייט זיך אויס איז שוין מער ווי צוויי מאות א וואך, דעריבער הייב אן גראד מיט צוויי מאות א וואך
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 12:10 pm
דורך שמו יגער
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:עס איז כדי צוהערן אויף 710am צווישן 2-4 נאכמיטאג דעוו רעמסי, א וועלט מומחה אין פיינענציס. ער מאכט איבער די קאפ אין פיינענצעס סיי מיטן חודשליכען בודזשעט סיי מיט אינוועסמינט וכו. ער נעמט טעלפאן קאלס וואס זענען טייל מאל זייער אינטערעסאנט.
איין זאך באדערט מיך איבער זיין שאו: וועןו ער דאנקט און לויבט זיין יאשקע. און ווען ער פראוועט גוי'אישע עניוות.

זיין שאו איז גוט אבער זיינע שיעורים זענען בעסער. ער האט א סעריע פון 13 שיעורים וואס ער לערנט פאר ארום די יונייטיד סטעיטס ער רופט עס the financial peace university עס זענען 13 cd's וואו יעדע cd איז נאך א נושא. אנגעהויבן ביי זיין שיטה פון די בעיבי סטעפס פון זיין אוועקגעשטעלט פינאנציעל, דערנאך שמועסט ער איבער אלע מיני נושאים פון finance באדזוטינג,סעיווינג,אינוועסטירן,ארויסדרייען פון חובות,לייף אינשורנס(דרך אגב האלט ער נאר פון טורם נישט פון האול לייף סארי פאר אלע agents דא.... )מארטגודזעס ועוד ועוד. יעצט, ער רעדט זייער גוט אין אינטרעסאנט ער האלט די עולם געשפאנט ווייל אסאך מאל זאגט ער נאר האלבע זאצן אין דער עולם דארף מיטזאגען (אזוי ווי די רבי אין חדר...) ווי אויך איז ער א גלויביגע אבער ער ברענגט עס נישט אריין אלעמאל חוץ ביי די לעצטע ד.ה. די 13טע שיעור רעדט ער פון געבן להבדיל צדקה בתורת יאשקע וואס מיר ווייסן אליין פון דעם אן אים....שמעו ותחי מאודיכם....
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
די גאנצע ענין פון בוזשעטן איז א גרויסע joke ביי רוב היימישיע יונגעלייט. טייל האבן א תירוץ של שטות פון בטחון. אנדערע זאגן אז זי איז שולדיג. און אנדערע געבן דיר סתם א ברייטע שמייכעל של ביטול.
ווען יונגעלייט וואלטן פארשטאנען גלייך נאך די חתונה וועגן סעווינגס, לייף אינשורענס (והבלאף שבו) קרעדיט, טעקסעס, סטאקס, IRA, 401k u וכו וואלט מען אונז נישט אזוי קראנק געמאכט יעדן טאג מיט.. העלפסט ראטעווען די שיף זינקט איין... ער האט נעבעך 12 קינדער בלא בלא בלא, ווייל ער וואלט קיינמאל נישט געזינקען ווען ער ווייסט ווען ווי אזוי צו שווימען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 10:27 am
דורך אויס מענטש
זייער שיין הרב פרידיש
איז דא אן עפפ פאר פרידיש קיבאורד עס איז געוואלדיג
מיר זעהט עס אויס ווי די רעדסט, און עס טייפט זיך אליינס, דער נוסח און ברען און די מליצות גיסן זיך, און דער וואויס כאפער ארבעט זיך איבער, ויצא המאמר הזה.
לעצם הענין האלט איך אינמיטן צוויי הלוואות פון עטליכע חבירים און איך האב יעצט עפלייט פאר צוויי נייע קערדיט קארדס במילא פלי איך די פיפט עד יעבור זעם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 12:53 pm
דורך berlbalaguleh
דו זאלסט אונז ביטע האלטן אינפארמירט איבער דעם חלק פון צוריקצאלן, וויאזוי ס'גייט.
