בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 4:20 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואס איז דאס אנדערש ווי די פריערדיגע ווידיאו?

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 4:31 pm
דורך יידל
ראשעקאל האט געשריבן:ליפא אפיציעלע מיוזיק ווידיאו
http://www.gruntig.net/2012/06/lipa-han ... video.html

דא אימבעדעד:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lvwpNkJd82w[/youtube]

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 8:54 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:ליפא אפיציעלע מיוזיק ווידיאו
http://www.gruntig.net/2012/06/lipa-han ... video.html

דא אימבעדעד:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lvwpNkJd82w[/youtube]

זעט אויס ער האט נישט געקענט דיסיידען אויב ער איז א ראבאט צי א זאמבי...

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 12:21 am
דורך מנשה לוסטיג
וועגן די לעצטע קליפ פון ליפא, ס'דא וואס שעלטן און ס'דא וואס האלטן דערפון הייסע נייעס.
איך שטרייך אונטער צוויי ווערטער דערויף: 'ליפא גאגא'..

גאר ווייט פון א פראפעסיאנאלע מוזיק ווידיא

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 1:32 am
דורך גדעון
שלעכטע מוזיק
שלעכטע קיראגרעפיע
שלעכטע קאסטיומען
שלעכטע אקטיארן
שלעכטע קאמאסטריע
שלעכטע פאטאגראפיע
...

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:38 am
דורך טעפל
גדעון האט געשריבן:שלעכטע מוזיק
שלעכטע קיראגרעפיע
שלעכטע קאסטיומען
שלעכטע אקטיארן
שלעכטע קאמאסטריע
שלעכטע פאטאגראפיע
...

דאס איז די גאנצע וואס האסט געטראפען?

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 4:10 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 1:19 am
דורך נולד מאוחר
סאיז דא צוויי בילבארדס אויפ'ן bqe פין די leap of faith cd. ביידע דיירעקשענס.
בדרך דרש איז עס א ריספאנס צי די עטיעסט בילבארד וואס איז געווען אויפן bqe.

סאיז א מוירידיגע פירצה מענטשן גיין זיך צי געוויינען צי קיקען אויף עס. דערנאך ווער ווייסט וואס מ'גייט לייגן דארט נאכדעם.
אוי אינו, עט ליסט אפאר וואכן צוויי אידישע בילבארדס. ס'איז דאך דא מענטשן וואס קיקן זאל זיי כאטש ניצל ווערן .

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 1:47 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:http://blogs.jta.org/telegraph/#lipa-schmeltzers-hang-up-the-phone

די באריכט מאכט א מצב אז ליפא׳ס ווידיאו האט באקומען 16 טויזענט היט׳ס אין איין טאג. איזעס טאקע אזוי סאך?? הייסט דאס טאקע ״וויירעל״??

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:51 am
דורך לעמיל
גדעון האט געשריבן:שלעכטע מוזיק
שלעכטע קיראגרעפיע
שלעכטע קאסטיומען
שלעכטע אקטיארן
שלעכטע קאמאסטריע
שלעכטע פאטאגראפיע
...

קוק עס איבער נאך צוויי מאל וועסטו זעין אז עס איז נישט אזוי שלעכט אין נאכען קוקען 5 מאל וועסטו שוין זאגען ווי שיין ס'איז

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 12:22 pm
דורך אברעמעל
ראשעקאל האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:http://blogs.jta.org/telegraph/#lipa-schmeltzers-hang-up-the-phone

די באריכט מאכט א מצב אז ליפא׳ס ווידיאו האט באקומען 16 טויזענט היט׳ס אין איין טאג. איזעס טאקע אזוי סאך?? הייסט דאס טאקע ״וויירעל״??

ביי אידן זיכער.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 5:50 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די בילבאורד יהודי יקר אתה נכנס למקום סכנה שמור עיניך איז מער נישט דא.

האט דאס שייכות מיט ליפאס עד?

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 6:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'האב געשיקט א מודעה פאר מיין ליבע שוואגער ליפא, אז דער היימישער עולם קריצט מיט די ציין, וועגן דאס 'ראבאט קליפ'.
וזה לשון קדשו..
People stam talking because I am the first one to make such video

און ער לייגט צו מיט א צינישע שפראך:

I made it like this modern to be mekarev Frye Yidden. I could not do it until now since a lot of Frum people watched it.
But now, no one has Internet so I really can do my job.

עד כאן לשון קדשו..

כא כא האבן זיך די רויבערס צעלאכט..

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:04 pm
דורך געפילטע פיש
כ'האב נישט קיין שום פראבלעם מיט עם זיין די ערשטע, איך ווייס פונקטליך וואס ער האט געטרייעט נאכצומאכן און ווען מאכט ער עס גוט החרשתי, ס'נאר זייער פאצעריש געמאכט.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:08 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך האב א שכן א פרייער איד, ער האט אנגעהויבן איינקויפן אין די באזז,

היינט זעה איך אים מיט א גרויסע שווארצע קאפל, צו מיין גרויס וואונדער רופט ער זיך אן צו צו מיר

You are wondering why I put on a kappel? I saw the new video song of lipa....

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:03 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה, אויב דו שיקסט שוין מעסעדזשעס צו ליפא'ן, גיב אים איבער, אז איך וואלט בעצם געשריבן א לענגס און א ברייטס, איבער דעם טעיפ בכלליות, און די קליפ בפרטיות, און ליפאס ברילן אויף די ביללבאורדס בפרטי פרטיות.

איך וויל אבער נישט האבן קיין שום חלק ונחלה אין אן עקסטענשאן וואס ער גייט צובויען אין עירמאנט.....

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 12:46 pm
דורך לעמיל
וואס זאגט די עולם אויף די סידי? שיינע נוגונים? מוזיק? איידיעס?

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 3:15 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז דער וואס זינגט מיט ליפא ביי די נגין "ילד קטן"??

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 3:54 pm
דורך יידל
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז דער וואס זינגט מיט ליפא ביי די נגין "ילד קטן"??

אויך זיך געוואונדערט. כ'מיין אז ישי לפידות.

נשלח: מוצ"ש יולי 07, 2012 10:31 pm
דורך טעלעפאן
יידל האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז דער וואס זינגט מיט ליפא ביי די נגין "ילד קטן"??

אויך זיך געוואונדערט. כ'מיין אז ישי לפידות.


יא דאס איז ישי לפידות. ער איז אויך דער קאמפאוזער - מחבר - פון דעם ניגון און האט געשריבן די ווערטער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:21 am
דורך חד גדיא
ליפא האט ארויסגעגעבן א נייע מוזיק ווידיאו. ער איז געגאנגען א טריט ווייטער מיט האבן פרויען אויף עס.
http://www.youtube.com/watch?v=fjgtapxOT6g

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:26 am
דורך זר זהב
און ווען מ'קוקט צריק אויף די איסורים קעגן אים פון 12-13 יאר צוריק זעהט מען אז די גוטע אידן האבן געהאט א גוטן שמעק.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:00 pm
דורך ענדע צדיק
ווער איז די מחבר פון די ניגון "ודבקינו ביצר הטוב"?
איך ווער משוגע פאר די ביעט פון די צווייטע פאל, "וכוף את יצרינו להשתעבד לך",
איך הער שוין די סי די פאר צוויי וואכן און איך קען מיר נישט גענוג זעטיגען פון די קונצליכע פאל!

איך וויל נאר וויסן, בדרך כלל, איז דאס א מהלך אין א ניגון צו פארפארן פון די ביעט, אבי ס'זאל זיין 4 מאל 4 דורכאויס די גאנצע פאל?