בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 3:39 pm
דורך מ. גליקמאן
ווייסעך נישט.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 4:57 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואסי פשט אז ער גייט א שטריימל ביים תפלין לייגן זונטאג בייטאג?
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 5:46 pm
דורך איחוד פעלד
זעהט אויס א באבאווער מנהג אפשר.
קען אויך זיין עס איז געוועהן א ברית.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:45 pm
דורך לעמיל
זעיט אויס אז jdn האט זיך דערשראקען ווייל זיי האבען למעשה יא ארויף געלייגט בילדער פון די בר מצוה
http://www.jdn.co.il/news/248719
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:46 pm
דורך לעמיל
יעצט באמערק איך אז זיי האבען נישט געלייגט קיין בילדער פון די עולם

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:48 pm
דורך סאשי פיש
דאס זענען די קאמענטס
מאת תוהה:
כ״ד באב תשע״ג בשעה 16:33
למה אין תמונה של הקהל??
מאת חסיד באבוב:
כ״ד באב תשע״ג בשעה 16:40
אולי לא היה קהל……
מאת דוד:
כ״ד באב תשע״ג בשעה 17:29
כל אירוע צריכים תמונה של הקהל?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:57 pm
דורך שמו יגער
אבער אויף בחדרי איז יא דא תמונות פון די עולם....
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 2:20 pm
דורך שרייבער
דער וואס שטייט אונטער באבובער רבי מיט די קליינע בארדע, קוקט אויס ווי דער גבאי, מה שמו?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 2:35 pm
דורך I'm back
עס שטייען דארט צוויי גבאים מיט קליינע בערד.
איין איז ר' מענדל ציטראנענבוים, און די צווייטער איז ר' חיים גאלדפינגער (משב'ק אצל מהרנ'צ מ'באבוב זי'ע)
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 2:49 pm
דורך שרייבער
דער וואס שטייט דא אונטער ער איד מיט די ווייסע בארד
viewtopic.php?p=136743#p136743
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 2:52 pm
דורך I'm back
איך בין נישט זיכער וועם די מיינסט.
אונטער ר' חיים יענקל טויבער שטייט ר' לייבוש לנדא. עם מיינסטו?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:18 pm
דורך שרייבער
ר' חיים יענקל זיצט נעבן באבובער רבי?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:22 pm
דורך בעל הבית
ער מיינט לכאורה ר אלעזר אלימלך באקאן
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:23 pm
דורך בעל הבית
ער מיינט לכאורה ר אלעזר אלימלך באקאן
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 8:21 pm
דורך שרייבער
בעל הבית האט געשריבן:ער מיינט לכאורה ר אלעזר אלימלך באקאן
איז דאס טאקע באקאן מיט די קליינע בארד צווישן ר' בנציון און ר' חיים יעקב?, וואס איז זיין פאזיציע דארט? משב"ק?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:05 pm
דורך אבי גערעדט
איך זעה דא עפעס אנדערש חוץ די בר מצוה, איך זעה דא א שיינע פראכטיגע בנין אין הארץ פון די קעטסקילס, און אגב האט מען אין זעלבן נאכט פון די גרויסע בר מצוה באנייט א הערליכע שוהל און תלמוד תורה און ברך משה קאנטרי.
רבותי אשר לעווין איז הייליג גערעכט, אין זיין עדיטאריעל און שטערן די חודש, אז די קעטסקילס שטייט גרייט אויפצונעמען דעם שטאטישן ציבור, מיט א גרייטע מעכטיגע מאלטי מיליאן דאלאר היימישע אינפראסטשראקטור, טא וואס ווארט מען?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:57 pm
דורך בעל הבית
משה שמילאוויטש האלט טיף אין מיטען א פרויקט לשם ולתפארת אין די מאונטענס
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 11:40 pm
דורך ימי קדם
בעל הבית האט געשריבן:ניין, נאר ווען זיי ווערן א חתן, אזוי האט מיך איינער אמאל מגלה געווען
זיי גייען טאקע נישט ביים בר מצוה, אבער זיי טוהן אהן פארן ווערן א חתןץ
די כללים זענען גאנץ קאמפליצירט, אבער בערך אזוי:
די עלטצטע קינד אין משפחה טוט אהן ביי די 16, דערנאך, ווען מען ווערט "נעקסט", אזוי אז עס קען זיין צוויי אין משפחה אויף איין מאל, א 'חתן' און דער וואס איז נאך אים.
חוץ מזה, פלעגט דער רב ז"ל קענען הייסן אנטוהן פאר אנדערע סיבות אויך, ווי א מתמיד וכדומה.
אלס חתן טוט מען אהן ווייסע זאקן, און א רעזשוואולקע.
שמעתי אז מהרב"ץ וויל אז זיינע אייניקליך זאלן יא גיין פון די בר מצוה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 12:29 am
דורך משולם שטיינפעלד
אפילו נישט קיין אייניקל, א מתמיד, האט ער געהייסן אנטוהן א קאלפיק.......?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 12:40 am
דורך בעל הבית
איך פארשטיי נישט, ער זעט דען נישט ווי מען מיטשעט זיך צופארשטיין אזעלכע טיפע קאמפליצירטע ענינים. קען ער נישט קומען אביסיל קלאר מאכן?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 9:34 am
דורך I'm back
ער וועט מסתם קומען מארגן. ער זאגט אז ער האט נישט ליב צו זיין פאר'קאוועט' אינמיטן וואך. עס נעמט אוועק די קאפ פון זיין טאג טעגליכן לעבן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 9:44 am
דורך טעפל
בעל הבית האט געשריבן:ער מיינט לכאורה ר אלעזר אלימלך באקאן
יא ס'איז איהם, איך געדענק איהם פון די באבובע שמחות, גאר א שיינע בעל מנגן..
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 10:03 am
דורך מ גפני
בעל הבית האט געשריבן:משה שמילאוויטש האלט טיף אין מיטען א פרויקט לשם ולתפארת אין די מאונטענס
ווי ווייט איך ווייס איז זיין פרויעקט גאנץ ווייט פון די מאונטענס, ס'איז נענטער צו ק"י