בלאט 2 פון 19
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 1:05 am
דורך דעת תורה
איין זאך, מען קען זאגן עס איז א כבוד פאר בעלזער רב אז יאיר מאכט ליצנות פון אים. ווייל דאס שטעלט אים אין איין קאטעגאריע מיט פיל פריערדיגע קדושי עליון שרפי מעלה תלמידי בעל שם זי"ע.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 1:28 am
דורך לאליפאפ
מ׳דארף נישט יאיר אים צו שטעלן אהין..
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 1:32 am
דורך דעת תורה
גערעכט
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 2:26 am
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:איין זאך, מען קען זאגן עס איז א כבוד פאר בעלזער רב אז יאיר מאכט ליצנות פון אים. ווייל דאס שטעלט אים אין איין קאטעגאריע מיט פיל פריערדיגע קדושי עליון שרפי מעלה תלמידי בעל שם זי"ע.
ס'וועט נאך קומען אמאל א צייט וואס מ'עט זאגן, "דער הייליגער שפיטיווקער? מיר האבן גאר נישט קיין השגה אין זיין גרויסקייט. יאיר פון קאווע שטיבל פלעגט דאך מאכן ליצי ליצנות פון אים!"
הערה קצרה ונחוצה
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 2:44 am
דורך יאיר
(אלו הגאלגאנים שלא זכו להבין סודות נשגבים וענינים עליונים הטמונים בדברינו אלה הנראים כלפי חוץ לאנשים מטומטמים כלשונות של זלזול ח"ו יזהרו מאוד שלא לקרותם, ולא יפרצו גדר שגדרו הראשונים שרפי מעלה,* כי הוא איסור חמור ונורא בגזירת נח"ש ובלטותא דרבנן, ושומר נפשו ירחק מהם, כי בקל יכשל בקיצוץ בנטיעות ח"ו, בענין שכל באיה לא ישובון, וכבר אמרו במופלא ממך אל תדרוש, ודי בזה.* ולא אוכל לגלות יותר פן אכשל בעוון חמור ללמד סודות התורה למי שאינו ראוי, וה' הטוב יכפר בעדי, במה שגליתי טפח וכסיתי טפחיים.* ועוד יבא יום שיוקיים בנו קרא ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, ודין רזא ד"מים מים" שרמז בזה התנא אלקי, ודי למבינים.*)
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 9:45 am
דורך שמעקעדיג
יאיר,
you are crossing boundaries
ביטע, רעספעקט פאר גדולים וועלכע האבן באלויכטן א וועלט.
ביסט גערעכט אז אפשר דארף מען זיך נישט אויפטון מיט די מאדנע מעשיות, אבער דאס גיט נאך נישט קיין רעכט צו חוזק מאכן פון א קדוש עליון א מלאך אלקי כאחד הפוחזים והריקים.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 10:08 am
דורך שמו יגער
איך האב בסך הכל געברענגט א מעשה כפי בקשת הפותח האשכול. יאיר האסט א ברירה אויך צו ברענגן מעשיות "מיט מקורות נאמנים״ אן דיינע הערות אין די איבריגע קענסטו צושרייבין והמבין יבין אדער וד״ל ודי בזה
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:30 pm
דורך בעל הבית
דאכציך אז דער איד איז געווען א משמש ביי בעלזא רב זצ"ל איך ווייס נישט זיכער,אין איך בין נישט זיכער זיין נאמען, אויב איינער וויסט איז ער מכובד
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 6:56 am
דורך טעפל
אפשר ר' יחיאל הירש?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 8:45 am
דורך פלוין פון ממרא
יא דער איד איז הרה"ח ר' יחיאל הירש שליט"א ער איז געווען משמש ביי הרה"ק מבעלזא זצ"ל, פון אונטהון גייט הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:28 am
דורך I'm back
איי לייק די קראקס.. .
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 11:14 am
דורך פלוין פון ממרא
לכאורה איז דאס א אלטע מנהג
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:02 am
דורך טיטאניק
אלץ היסטארישע פאקטען בין איך זייער נייגעריג
שמעתי אז דער הייליגער בעזלער רב האט געהאט חתונה געהאט 3 מאל, איינמאל פארען קריג, און אינמאל נאכען קריג און לא עלתה יפה השידוך וד"ל און נאכדעם מיט די הרבנית פאלאק מברגסאז אמם פון די פאלאק פאמיליע
איך בין נאר נייגעריג צי וויסען מי היתה הזיווג השני? מען רעדט נישט פון דעם בכלל
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 1:35 pm
דורך גיבור
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:20 pm
דורך [NAMELESS]
ק/פ
נעכטן ביי שלש סעודות אינעם אפרוה פלאץ 'קענטעבערי' ענגלאנד, האט דומ"ץ סקווירא לאנדאן הרה"ג ר' יחזקאל פריעזל שליט"א, פארציילט די פאלגענדע מעשה וואס ער האט געהערט פונעם בעל העובדא,
אין ארץ ישראל האט געוואוינט א איד מר פריעדמאן, פארן הקמת המדינה האט ער אינוועסטעד אסאך געלט אין א שטח וואס ער האט אפגעקויפט, אבער בשעת'ן אייננעמען די 'שטחים' האט די מדינה אוועקגענומען די שטח פון אים מיט פארשידענע תירוצים,ער האט פראבירט מיט אלע וועגן עס צוריק צו באקומען אבער גארנישט האט געהאלפן,
דער איד איז אריין צום הייליגען בעלזער רב זי"ע מיט א קוויטל, און אריינגעשריבן דארט די צרה און צוגעלייגט דעם פסוק 'הצילני נא מיד אחי מיד עשיו', די רב זי"ע ליינט דעם קוויטל און ביים אנקומען צו די פסוק האט ער אויפגעציטערט, מיד עשיו?? א איד רופט מען אן מיד עשיו??...
אריבער עטליכע יאר און עס האט זיך גארנישט געטוישט, פונקט איז דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע אנגעקומען קיין א"י, איז דער איד אריין אויך מיט א קוויטל, און אויך געשריבן דעם זעלבע פסוק 'הצילני נא מיד אחי מיד עשיו', די רבי זי"ע ליינט דעם קוויטל און ביים אנקומען צו די פסוק האט ער אויפגעציטערט, מיד אחי?? זיי רופט מען אן מיד אחי??...
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:37 pm
דורך outspoken
דער בעל המעשה איז א מחוצף ווייל אז בעלזא רב זי''ע האט אויפגעציטערט פארוואס האט ער עס איבערגעשריבען...
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:39 pm
דורך יין שרף
ווייל ער איז געווען א סאטמארע...
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:52 pm
דורך ונבנתה העיר
ביידע דרכים זענען תורה'דיג: כי ירא אנכי אותו פן יבוא והכני אם על בנים, און ואתה אמרת היטב אטב עמך...
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 6:30 pm
דורך איך אויך
ביידע מימרות ברענגן גוט ארויס די כאראקטער פון ביידע רביס און דער חילוק צווישן זיי.
נאר 'איינעמען שטחים' איז נישט ריכטיג ער מיינט זיכער מלחמת תש'''ח.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
לאליפאפ האט געשריבן:@לעיקוואד. מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ווילסט פלעין צו לינקן א פלא׳דיגע מעשה אדער דו פרעגסט אויף מיין פתיחת האשכול?
דו דארפסט פארשטיין. א ליטוואק קען מעצם מהותו נישט גלייבן אין העכערע עניינים. ער לייקנט דאך אפ די מציאות פון די מצב מיט דעם יונגל (מאנדל) וואס איז בשעתו געווען אן אפענע און קלארע זאך, מיט וואס גאנץ ארץ ישראל, סיי די פרומע און סיי די פרייע זענען נתפעל געווארן דערפון. אויך, ברענגט ער א ראיה אז אלעס איז שטותים והבלים און מ'האט פארגעטערט א מענטש א בשר ודם, בבחינת ווי אינז לאכן מיר אפ פון די היינטיגע רעבעלעך, (מישקאלץ א"י, דאבשינא, וכו') פון דעם פאקט אז דער איד וועלכער האט געצייכנט א מאפע פונ'ם רב'ס דירה האט נישט אנגעצייכנט וואו די ביהכ"ס איז געוועין כאילו צו זאגן אז דער רב איז קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען, כדוגמת פרעה, להבדיל אלף אלפי אלפים. דאס אלעס ווייזט אז א ליטוואק קען נישט מעריך זיין א בשר ודם וועלכער האט זיך אויסגעארבעט מיט גרויס קדושה. טראצדעים וואס ער איז געבליבן א בשר ודם...!
מיין קאפ טוט נאך וויי פון די ויכוחים (מעט מזעיר) וואס איך האב געפיהרט מיט'ן ליטוואק פון בודאפעסט. כאטש ער איז אן אינגערישער מח, האטציך דאס ליטווישקייט גובר געוועין ביי עים...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:07 pm
דורך [NAMELESS]
הרה״ק מבעלזא עם הרה״ק מסאטמר זי״ע
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
outspoken האט געשריבן:דער בעל המעשה איז א מחוצף ווייל אז בעלזא רב זי''ע האט אויפגעציטערט פארוואס האט ער עס איבערגעשריבען...
און ער איז א גרויסער לץ אויכעט...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:22 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:ביידע מימרות ברענגן גוט ארויס די כאראקטער פון ביידע רביס און דער חילוק צווישן זיי.
נאר 'איינעמען שטחים' איז נישט ריכטיג ער מיינט זיכער מלחמת תש'''ח.
די זעלבע קשיא איז מיר אויך שווער געוועין. ווייל ווען מדינת ישראל האט "איינגענומען די שטחים" איז שוין דער בעלזער רב זצ"ל לאנג נישט געוועין בעלמא הדין...!