בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:17 am
דורך ברסלבער
[tag]הוגה[/tag], מזל טוב צו דיינע טויזנט תגובות. אין אנדערע ווערטער, בערך טויזנט מאל וואס דו האסט מיר געמאכט טראכטן, כן יעזור ה' להלאה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:20 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]הוגה[/tag] מזל טוב, שמך נאה לך ולנו. העלפסט מיין מח צעלן טוען עקסערסייז.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 3:26 pm
דורך הוגה
יישר כח אייך אלע, עס איז מיר זייער אנגענעם צו פארברענגן מיט אייך. און א יישר כח פאר די מנהלי המקום און די אחראים פארן צושטעלן אזא וואונדערבארע פלאץ צו פארברענגן על דרך ישראל סבא.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:09 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
הוגה מזל טוב צו אייערע אלף תגובות. זאל אייך גא-ט ברוך שענקן א ברכה אין אייער פעדער; עס זאל קיינמאל נישט אויף הערן צופירקלען; איר טינט זאל זיך קיינמאל נישט אויסטריקענן; עס זאל שרייבן רייד וואס עפענן פארשטאפעטע קעפ און רייניגן פאררויכערטע זעעלער אמן כן יהי רצון.
אה שיעור פארגעסן און אלעס על דרך ישראל סבא (מה זה?).
ווי עס ווינטש אייך אייער ווירטואלען פריינט:
בנימין
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:15 am
דורך היימישער ליטוואק
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:הוגה מזל טוב צו אייערע אלף תגובות. זאל אייך גא-ט ברוך שענקן א ברכה אין אייער פעדער; עס זאל קיינמאל נישט אויף הערן צופירקלען; איר טינט זאל זיך קיינמאל נישט אויסטריקענן; עס זאל שרייבן רייד וואס עפענן פארשטאפעטע קעפ און רייניגן פאררויכערטע זעעלער אמן כן יהי רצון.
אה שיעור פארגעסן און אלעס על דרך ישראל סבא (מה זה?).
ווי עס ווינטש אייך אייער ווירטואלען פריינט:
בנימין
איז פעדער א לשון נקבה ("איר" טינט)?
אויב יא דאן פארוואס איז *זי* נוטראליזירט גווערן מיט "עס" זאל שרייבן, און נישט "זי זאל שרייבן"?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:18 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ס'איז א טמטום.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:24 am
דורך היימישער ליטוואק
הטמטום ומטמטם עם טמטומים.
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:59 am
דורך סאשי פיש
[center]מזל טוב!!!!![/center]
[center][tag]מאטי[/tag][/center]
איך בין שפראכלאז, ווי הייב איך אן מיט אזא קנקן ישן אבער מלא חדש והתחדשות, מיט א יעדע תגובה דיינע זעט מען מער און מער וואספארא כלי ליגט באהאלטן אונטער דעם ניק נאמען [tag]מאטי[/tag],
יעדע תגובה האט א באזונדערע חן
וואס מען קען נישט מסביר זיין
אזויפיל מליצות און בדרך צחות
וואס פון דעם שעפן מיר פיל נחת
אונז דערקוויקען זיך פון דיך [tag]מאטי[/tag]
מער ווי א קליין קינד פון א צאמי און באטי
נאר ווער מיך נישט מיד
ווייל ווי דיך איז נאר דא א מיעוט
דו זאלסט דיך אייביג האלטן פריש
ווי עס וואונטשט דיין חבר [tag]סאשי פיש[/tag]
מוצאי ראש חודש
בשם כל הקהל הקודש
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 9:45 am
דורך מאטי
Wow wow wow סושי דו לייגסט מיר אויף א פעדעסטאל! כ'האב הנאה אז כ'האב געהאט די זכיה דיר מהנה צו זיין בתוך שאר הקהל.
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
פינטעל, נאט נייס.
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 3:03 pm
דורך Josh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:.
שאלה גדולה שאלת. ערשט גיב ארויס
דיינע פינאנצן. #בלוטצאפער
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 7:12 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך האב א פריינט וואס איז א גראמער און ער האט מיר עס געמאכט בחינם
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 7:13 pm
דורך דער (פינטעל) איד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פינטעל, נאט נייס.
ס'נישט א נייס וועלט
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:20 pm
דורך סקרן
סאשי לעטס גאו [center]א מזל טוב פאר בן ישי[/center]
אנטשולדיג בן ישי איך האב ערשט יעצט באמערקט ווי דיין ריכטיגע מזל טוב באלאנגט
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 6:35 pm
דורך איסר האטלקי
באמערק איך יעצט ווי איך האב שוין אויך אריבערגעשפרייזט דעם ואת האלף.... נו, זאל דער אויבערשטער זוכה זיין צו זען פון מיר נאך טויזנט פעמים ח''י, בבריות גופא ונהורא דספרא.