בלאט 2 פון 9
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:09 pm
דורך הערשי
פארט ארום א קאר מיט א הויכהילכער שוין צוויי שעה אויסרופענדיג מיט א שרעקיג קול: זארגער, בלויע העמד, געלע פיאות וכו. מיין אינגל ליגט נאך קלעצקי אין די ביינער און ער שטייט געשמידט צום פענצטער טעראריזירט צום נאס מאכן. יא קול מבשר צו נישט.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:11 pm
דורך לאליפאפ
איך בין באמת נישט שולדיג.. איך כאפ מיך יעצט דיין טעות, אז אין קרית יואל מיינט א האטליין נאר אזוי ווי קול מבשר וכדו׳, ודע אז אין דער גאנצע וועלט רופט מען אן הצלה און שומרים האטליינס, אבער אז איך זעה אז מאנראוער זענען זיך טועה וועל איך עס אראפנעמען.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:19 pm
דורך הערשי
לאליפאפ האט געשריבן:איך בין באמת נישט שולדיג.. איך כאפ מיך יעצט דיין טעות, אז אין קרית יואל מיינט א האטליין נאר אזוי ווי קול מבשר וכדו׳, ודע אז אין דער גאנצע וועלט רופט מען אן הצלה און שומרים האטליינס, אבער אז איך זעה אז מאנראוער זענען זיך טועה וועל איך עס אראפנעמען.
נישקשה. מ'קען רופן הצלה אויך. רוף די פאליציי, רוף עף בי איי. רוף ווער אימער. סיריעס ביזנעס.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:22 pm
דורך לאליפאפ
[tag]שרייבער[/tag]
Wikipedia
Each Shomrim group maintains its own dispatcher and 24-hour hotline,[8][12] whose number is known throughout the Orthodox Jewish community.[16]
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:27 pm
דורך סאשי פיש
הערשי האט געשריבן:פארט ארום א קאר מיט א הויכהילכער שוין צוויי שעה אויסרופענדיג מיט א שרעקיג קול: זארגער, בלויע העמד, געלע פיאות וכו. מיין אינגל ליגט נאך קלעצקי אין די ביינער און ער שטייט געשמידט צום פענצטער טעראריזירט צום נאס מאכן. יא קול מבשר צו נישט.
דא קען מען עס הערען ווי עס רופט אויס
יעצט אין מאנרא (קרעדיט אייוועלט)
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:31 pm
דורך איש צדיק תמים
דאס צייט איז אביסל אנגעצויגן פאר אזא סטעיטמענט אבער און די זעלבע צייט איז יעצט די שעת הכושר עס זאל געזאגט ווערן.
פאר די אלע וואס קענען נישט טרעפן א מעלה ביי אונזער היימישער ציבור...
ווען דאס קינד וואס איז יעצט פארלוירן וואלט געווען א גוי וואלט קיינער נישט געוויסט דערפון העכטענס וואלט ארומגעפארן א פאליציי קאר מיט אזא לייט אופן פענסטער און אריינגעשיינט און די בעק יארדס און מען וואלט געהאנגען א צעטל אויף די וואלמארט Missing Child פאסט בארד מיט א בילד פונעם קינד.
אבער דא קוקט נאר... גאנץ כלל ישראל יעדער היימישער יוד וואס האט הענט און פוס און האט די מעגליכקייט פארט אראפ קיין קרית יואל מאנרא זוכן דאס קינד, דער עולם שטייט אנגעצויגן מען ריפרעשט דאס קאווע שטיבל פעידש יעדע צוואנציג סקונדעס צו זעהן צו דאס קינד איז אפגעפינען געווארן, אידן זענען מתפלל ביים תהילמ׳ל פאר א היימיש קינד וואס זיי האבן קיינמאל און וועלן מין הסתם קיינמאל נישט קענען.
יא איך בין שטאלץ צו זיין אנגעשלאסן און אזא הייליגע ברודערליכער עדה פון אידן.
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.
און דעם זכות פון די אחדות פון אלע אידן ווען עס קומט זיך צו זארגן פאר איינס אן אנדערן זאל דאס קינד גיך אפגעפונען ווערן בלי מכשול געזונט און שטארק.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:32 pm
דורך מורינו הרב
וואו איז לעיקוואד?
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:37 pm
דורך DotCom
מורינו הרב האט געשריבן:וואו איז לעיקוואד?
לעיקוואוד זוכט מען אויך?
איך האב געזעהן דעם אינגל פריער וואקן, נישט געוואוסט אז ער איז דאס קינד ביז זעהן דאס בילד (שוין איינגעמאלדן פאר פובליק סעיפטי דאס צייט און לאקאציע)
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:38 pm
דורך מורינו הרב
וואו האסטו געזען? - אין א פארזיכערט פלאץ? - זיכער אז דו האסט געזען דעם קינד?
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:40 pm
דורך DotCom
יא, געהערט דערנאך פון אנדערע אויף מיין גאס די זעלבע.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:41 pm
דורך לאליפאפ
DotCom האט געשריבן:מורינו הרב האט געשריבן:וואו איז לעיקוואד?
לעיקוואוד זוכט מען אויך?
איך האב געזעהן דעם אינגל פריער וואקן, נישט געוואוסט אז ער איז דאס קינד ביז זעהן דאס בילד (שוין איינגעמאלדן פאר פובליק סעיפטי דאס צייט און לאקאציע)
האסט אים ערנסט געזען?
איך האב אלץ געטראכט וואס טאמער מ׳פרעגט מיר צו איך האב געזען אזא און אזא מענטש וואלט איך אמאל געדענקט? נעווער. אפשר קוקט דאס קינד אויס אינטערעסאנט?
זאג אונז האט ער אויס געזען גוט? געגאנגען זיכער? צומישט? שעיר וויד מי! דזשאסט קיוריאס
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:41 pm
דורך מורינו הרב
שוין, אבי מען ווייסט אז ער איז ערגעץ עראונד...
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:42 pm
דורך סאשי פיש
נאך א צעטעל
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:43 pm
דורך סאשי פיש
יעצט ביינאכט
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:43 pm
דורך לאליפאפ
זאג [tag]DotCom[/tag] האסטו געזעהן זיין בילד אויף ק״ש צוערשט? אויב יא הייסט אז מיר האבן שטארק ארויסגעהאלפן דא!
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:43 pm
דורך boxcover
DotCom האט געשריבן:איך האב געזעהן דעם אינגל פריער וואקן, נישט געוואוסט אז ער איז דאס קינד ביז זעהן דאס בילד (שוין איינגעמאלדן פאר פובליק סעיפטי דאס צייט און לאקאציע)
וויפיעל אזייגער האסטו אים געזעהן?
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:45 pm
דורך סאשי פיש
מען זוכט יעצט ביינאכט
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:45 pm
דורך מורינו הרב
קאלמע מעלדט אז דער קינד רעאגירט געווענליך דורך ארומלויפן נערוועז צווישן די הייזער און אויף די גאסן אין מאנרא.
.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:45 pm
דורך סאשי פיש
יעצט ביינאכט
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:47 pm
דורך לאליפאפ
זייער אינטערעסאנט וויאזוי שומרים גיבט ארויס אזא צעטל מיט אזוי ווייניג אינפארמעישן... געווענליך שטייט קאליר פון אויגן, הייך, אוטיזם, האר, וכו׳ דא שטייט: שומרים, נאמבער, שמעון, 10 יאר...
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:48 pm
דורך DotCom
@לאלי איך האב געזעהן דאס בילד אויף טוויטער,
@באקס איך האב אים געזעהן אום 8 אזייגער
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:49 pm
דורך סאשי פיש
אין די קאמענד סענטער
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:53 pm
דורך matovu
Amazing
אלע נייעס סטאנציעס מעלדען עס שוין