בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:36 am
דורך ונבנתה העיר
עס זענען דא [בד"כ] צוויי סיסטעמען צו רעכענן טעמפעראטור - temperature, סעלסיוס - ºC, און פערענהייט - ºF.

ביידע פון זיי זענען אוועקגעשטעלט געווארן מיט די זעלבע קאנסעפט, מען נעמט צוויי פארקערטע עקן [reference points] איינער איז 0 און דער צווייטער איז 100, מען צוטיילט די טעמפעראטור אינצווישן די צוויי אויף 100 מדרגות, און יעדע מדרגה ווערט א דעגרי.

סעלסיוס האט גענומען פאר רעפערענס פוינטס צוויי פשוטע זאכן: די דעגרי ווען וואסער ווערט געפרוירן איז 0 [ביי פערענהייט איז עס 32], און די דעגרי ביי וועלכער וואסער הייבט אן צו קאכן איז 100 [ביי פערענהייט איז עס 212].

פערענהייט האט גענומען פאר 0 די קאלטסטע דעגרי וואס דעיניעל פערענהייט האט געקענט פראדאצירן אין זיין לאבאראטאריע אין 1717, און די דעגרי אין וועלכער ער האט געשאצט א מענטשליכע קערפער צו זיין האט ער געשטעלט ביי 100 [היינט ווייסט מען שוין די פונקטליכע היץ פון א מענטש: 98.6].

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 5:41 am
דורך טעפל
שכוח ונבנתה כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען פון דאס קומט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:10 am
דורך ונבנתה העיר
moti107 האט געשריבן:איז דא א פארוויילונגס פלאץ ווי ס׳איז נאכגעמאכט ספעיס אזוי אז מען שפירט נישט קיין גראוואטי? איך וואלט געקענט באשטיין צו זיין דארט מיט מיין כנגדו what a fantasy ?

געפילטע פיש האט געשריבן:@מאטי, אויב קענסטו נישט עפארדען צו גיין קיין ספעיס, איז די נעקסט בעסט טינג א זערא גראוויטי פלייט, ס'קאסט אינגאנצען $4950 א מענטש, און זיי געבן דיר א 90 מינוטיגע רייד אין א עראפלאן וואס סימיולירט וואגלאזקייט (weightlessness), דרייסיג סקונדעס אויף א מאל, דאס ווערט געטוהן דורך פליען זייער שנעלל אויף ארויף, און דערנאך מאכן א nose dive אויף אראפ, און בשעת די עראפלאן פליט אראפ שנעל (freefall) שפירט זיך כאילו ס'נישט דא קיין גראוויטאציע.

דאס איז זייער וועבסייט.
www.gozerog.com/



איך האב זיך דערמאנט:

עס איז נפוץ בפי העולם אז אין ספעיס איז נישט דא קיין גראוויטי – אין ספעיס וועגט מען נישט, זאלט איהר וויסן אז שקר נחלו לכם, ספעיס האט גארנישט קעגן גראוויטי, מען וועגט נישט קיין סאך ווייניגער אויפן ספעיס סטעישאן ווי אויף די ערד, און דער חשבון איז פשוט:

יעדע מציאות [מעסס] אין די בריאה איז משפיע גראוויטי אויף יעדע אנדערע מציאות [יא, גראוויטי האט גארנישט מיט די ערד אדער פלאנעטן, יעדע חומר אין די בריאה גיבט ארויס א כח פון גראוויטי אויף יעדע אנדערע מציאות אין די בריאה, נישט קיין נפק"מ ווי ווייט ער איז], נאר די שטארקייט פון די כח איז איז תלוי אין צוויי זאכן: וויפיהל חומר די זאך האט, און די מרחק צווישן די צענטער פון צוויי זאכן.

ממילא, א מענטש וואס וועגט אויף די ערד - וואס איז 4000 מייל ווייט פון די צענטער פון די ערד - 160 פונט, וועט ער אויפן ספעיס סטעישאן - וואס איז ס"ה מיט 200 מייל ווייטער - וועגן 140 פונט, כדי פטור צו ווערן פון די ערד'ס גראוויטי דארף מען זיין אין סוף ווייט פון די ערד.

איי עס ווייסט דאך יעדער אז אויפן ספעיס סטעישאן איז מען וואג-לאז? דאס קומט פון גאר אן אנדערע זאך:

ווען א מענטש, אדער סיי וועלכער חפץ, איז אין free-fall, למשל אז מ'טאנצט ארויס פון א עראפלאן פאר'ן עפענען דעם פאראשוט, אדער א עלעוועיטאר וואס איהר קעיבל האט זיך איבערגעריסן און עס פאלט צו דער ערד, וועט ער זיך שפירן וואג-לאז.

אביסל דערפון קען מען שפירן ווען א עלעוועיטאר אין א הויכע בילדינג הייבט אן שנעל אראפצופארן, מען שפירט אזא לייכטקייט וואס מאכט דיזי, אדער קען מען נעמען א קאפ מיט וואסער און מאכן א לעכל פון אונטן, דערנאך לאז עס פאלן צו דער ערד, בשעת'ן פאלן וועט די וואסער נישט ארויסרינען פונעם לאך, פארוואס? ווייל זאכן אין 'פרי-פאל' זענען וואג-לאז.

ממילא איז אזוי, אויפן ספעיס סטעישאן איז דא גאנץ א געהעריגע גראוויטי – א 160 פונטיגער וועגט דארטן 140 פונט, נאר דער סטעישאן איז אין א שטענדיגע פרי-פאל, פארוואס? אט הערט, און דר"א וועט מען שוין פארשטיין ווי אזוי אלע סאטעלייטס האלטן אינאיין ארום פארן די וועלט – ווער שטיפט זיי? וויאזוי האלטן זיי אהן אזא שיינעם סירקול און פארוואס די לבנה פאלט נישט אראפ אויף די ערד מכח גראוויטי.

סיר אייזיק ניוטאן איז אויפגעקומען דערמיט, און ער האט עס מסביר געווען מיט א משל פון א קאנאן: שטעל זיך פאר אז דו שטייסט אויף א בארג מיט א קאנאן, דו שיסט ארויס א קאנאן און עס פליעט, לאמיר זאגן, א מייל, און צוביסלעך הייבט עס אן פאלן צו די ערד מכח גראוויטי, ביז די גראוויטי איז זיך מתגבר און עס פאלט אראפ צו די ערד אין א רונדיגער path – ווי א בויגן, דערנאך שיסטו ארויס נאך א קאנאן מיט א שטערקערע כח, ער וועט שוין פליען צוויי מייל ביז עס וועט רונדיגערהייט פאלן צו די ערד [דורך גראוויטי], און אזוי ווייטער און ווייטער.

וואס וועט אבער געשעהן אויב דו וועסט ארויסשיסן א קאנאן מיט אזא כח אז עס זאל מאכן א גאנצע סיבוב ארום די וועלט? זאגט ניוטאן אז אויב וועט עס פליען מיט די ריכטיגע ספיד וועט עס האלטן אינאיין ארומפארן די וועלט און ס'וועט נישט פאלן.

פארוואס? ווייל יעדע זאך בטבעו פארט ווייטער אין די זעלבע דירעקציע אין וועלכער ער פארט [inertia], ממילא וואלט די קאנאן באמת געדארפט פליען אין א גראדע ליניע אוועק פון די וועלט, נאר פארוואס בייגט ער זיך אין א רונדיגער path אזוי ווי די ערד? ווייל די ערד'ס גראוויטי שלעפט איהם צו זיך, ממילא איז פשט אזוי: באמת פאלט ער טאקע צו די ערד מכח גראוויטי, נאר אויב פארט ער ביי די ריכטיגע ספיד וועט די curvature פון די ערד [דאס וואס די ערד בייגט זיך אין א רונדיגער פארעם] גורם זיין אז די ערד אנטלויפט פון איהם מיט די זעלבע ספיד וואס ער פאלט צו די ערד, און ממילא וועט ער האלטן אינאיין סירקלען די ערד, און פארדעם – האט ניוטאן געזאגט – פארט די לבנה ארום די ערד און זי פאלט נישט ארויף אויף די ערד.

זייט'ס מיר מוחל אויב איך בין עס נישט גענוג קלאר מסביר, כאפט א בליק אויפ'ן בילד וואס רעדט מער וכו'.

imgres.jpg

עכ"פ, דאס איז וואס מען טוהט מיט'ן ספעיס סטעישאן און מיט סאטעלייט'ס, זיי זענען אין 'ארביט' ארום די וועלט, ממילא זענען זיי א גאנצע צייט אין free-fall, זיי פאלן צו די וועלט און די וועלט פאלט אוועק פון זיי [דורך דעם וואס די סורפעס פון די ערד בייגט זיך אוועק אין א רונדיגער פארעם – שוין, איי טרייעד וואן מאר טיים...], און דאס איז די סיבה פארוואס אויפ'ן ספעיס סטעישאן שפירט מען זיך וואג-לאז, עס איז גארנישט בעסער ווי געפילטע'ס עראפלאן.

---------------

פארוואס טאקע מען איז וואג-לאז אין פרי-פאל איז א סוגיא פאר זיך, איינשטיין האט מגלה געווען דעם סוד, און עס גענוצט אלס א יסוד אין דזשענערעל רעלאטיוויטי, און אויף וועלכער ער האט געזאגט it was the happiest moment of my life, יזכני ה'.

אה, כמעט פארגעסן, די סיבה פארוואס עס ארבעט נאר אין ספעיס און נישט דא 200 פיס העכער אונזערע קעפ, איז ווייל דא אין די וועלט איז דא לופט וואס וועט עס פארשטייטערן און סוכ"ס אפשטעלן, ממילא מוז מען ארויס גיין פון די אטמאספערע - 200 מייל ארויף.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:18 am
דורך געפילטע פיש
ביזט גערעכט אז די ISS ווען ס'שטייט ווען אויף איין פלאץ וואלט עס שיינערהייט אראפגעפאלן, ס'דא דארט כמעט די זעלבע גראוויטאציע ווי אויפן ערד פלאך, אבער דאס איז וויבאלד ס'נאך אין זייער א נידעריגע ארביט, ס'טאקע צוויי הונדערט עפעס מייל, אבער אין קאנטעקסט פון ספעיס איז זייער נאנט צום ערד, (די לבנה איז 238,900 מייל אוועק), און דערפאר איז דא דארט א שטארקע גראווייטי, אבער אויב גייט מען ווייטער אריין טיף אין ספעיס איז כמעט נישט דא קיין גראוויטי, אויב איז מען גענוג ווייט פון גרויסע מעססעס.

אן אילוסטראציע בערך ווי נאנט די ISS איז צו אונז.
בילד

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:24 am
דורך ונבנתה העיר
ריכטיג, כ'האב נאר געמיינט טעכניש, כ'מיין אז עס איז [כמעט] נישט מעגליך אנצוקומען צו זערא גראוויטי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:26 am
דורך געפילטע פיש
נאר אויב מ'שטייט אינצווישן צוויי גרויסע באדי'ס, למשל אויב מ'רעכענט אויס וואו פונקטליך ציווישן די וועלט און די לבנה די צוויי גראוויטיס נייטראלירן איינער דעם צווייטן, דארט איז דא עכטע זערא גראוויטי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:53 am
דורך מאטי
ונבנתה עיר זאגט:
פארוואס טאקע מען איז וואג-לאז אין פרי-פאל איז א סוגיא פאר זיך, איינשטיין האט מגלה געווען דעם סוד, און עס גענוצט אלס א יסוד אין דזשענערעל רעלאטיוויטי, און אויף וועלכער ער האט געזאגט it was the happiest moment of my life, יזכני ה'.

וויאזוי מיין קליינער מח זאגט מיר איז אזוי. אויב פאלט מען שנעלער, אדער די זעלבע ווי דער גראוואטי וואלט דיך געשלעפט פאר א לאנגע צייט אז ס׳שפירט זיך שוין נישט ווי מען פאלט, relatively . אטאמאטיש פארלירסטי דיין וואג וואס בעצם וואג איז ווי שטארק דיין חומר ציט זיך צום פלאנעט און דער סקעיל האלט דיך צוריק . אבער אויב גארנישט האלט דיך צוריק ווייל בעצם פליסטו יא דאן פארוואס זאלסטו וועגן בכלל ?
ונבנתה פיל אן די לעכער..

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 4:38 pm
דורך ונבנתה העיר
וועל, דאס איז א גאנצע סוגיא וואס איך האף אי"ה דורכצוטוהן ביים אנקומען צו דזשענערעל רעלאטיוויטי.

דערווייל קענסטו לערנען אביסל דא:
http://en.wikipedia.org/wiki/Equivalence_principle

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:56 pm
דורך יואליש
ס'איז דא א דריטע טעמפרעטור סיסטעם: קעלווין. דארט איז זערא, אבסעלאוט זערא, דהיינו אז די אטאמען אינעם אביעקט קומען צו א האלט גענצליך און ממילא איז נישט דא דטס מינדעסטע מאס היץ.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:34 pm
דורך boxcover
יואליש האט געשריבן:ס'איז דא א דריטע טעמפרעטור סיסטעם: קעלווין. דארט איז זערא, אבסעלאוט זערא, דהיינו אז די אטאמען אינעם אביעקט קומען צו א האלט גענצליך און ממילא איז נישט דא דטס מינדעסטע מאס היץ.

מה זה? כאטש א לינק?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 11:24 pm
דורך געפילטע פיש
boxcover האט געשריבן:מה זה? כאטש א לינק?

א לינק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:17 am
דורך ונבנתה העיר
אן אינטערעסאנטע עקספערימענט ווי ווייבערעישאן קען דורכגיין א סאלידע מאטריאל און ערשט ארויסקומען אל הפועל אין אן אנדערע זאך [איך קען נישט דעם סייענטיפישן טערמין].

נעם דריי קוואדערס, לייג עס אראפ אויף א טיש איינע נעבן די אנדערע אז זיי זאלן זיך אנרירן, מיט'ן פינגער פון די לינקע האנט כאפ אהן דעם מיטל'סטן קוואדער אז ער זאל זיך נישט קענען ריקן.

יעצט נעם די פינגער פון די רעכטע האנט און לייג עס אויפן רעכטן קוואדער און האק אריין מיט איהם אינעם מיטל'סטן קוואדער, וועט איהר זעהן אז די לינקע קוואדער וועט אוועקפליהען פון פלאץ אפי' די מיטל'סטע האט זיך נישט גערירט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:04 pm
דורך קול דודי
ונבנתה, אויך קען מען קויפן Newton's Cradle פאר אפאר דאלער אסאך טוי סוארס אדער אונליין. ס׳איז זייער אינטערעסאנט!
http://en.wikipedia.org/wiki/Newton's_cradle

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:36 am
דורך טאמבל סאס

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:14 am
דורך משולם שטיינפעלד
ונבנתה העיר האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע עקספערימענט ווי ווייבערעישאן קען דורכגיין א סאלידע מאטריאל און ערשט ארויסקומען אל הפועל אין אן אנדערע זאך [איך קען נישט דעם סייענטיפישן טערמין].

נעם דריי קוואדערס, לייג עס אראפ אויף א טיש איינע נעבן די אנדערע אז זיי זאלן זיך אנרירן, מיט'ן פינגער פון די לינקע האנט כאפ אהן דעם מיטל'סטן קוואדער אז ער זאל זיך נישט קענען ריקן.

יעצט נעם די פינגער פון די רעכטע האנט און לייג עס אויפן רעכטן קוואדער און האק אריין מיט איהם אינעם מיטל'סטן קוואדער, וועט איהר זעהן אז די לינקע קוואדער וועט אוועקפליהען פון פלאץ אפי' די מיטל'סטע האט זיך נישט גערירט.

ווער זאגט אז די מיטלסטע קוואדער האט זיך נישט גערוקט? וועט די זעלבע געשעהן ווען די מיטלסטע קוואדער איז באהאפטן צום טיש?

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:32 pm
דורך געפילטע פיש
יא, קענסט פראבירן מיט קרעיזי גלו.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:41 pm
דורך ברסלבער
אייגנטליך געבט דער מיטלסטער קוואדער אויך א קליינעם ציטער פון קלאפ, אפילו עס האט זיך נישט אוועקגעריקט פון ארט. נישט אזוי?

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:49 pm
דורך געפילטע פיש
ווייברעישען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:52 pm
דורך ברסלבער
קומט אויס אז די עקספירימענט פון ונבנתה איז נישט ממש אזוי ווי ער זאגט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:11 pm
דורך ונבנתה העיר
ברסלבער, כ'גלייב אז די ווייבערעישאן פון וואס געפילטע רעדט איז אויפן מאלעקיועל לעוועל, נישט עפעס וואס מיר שפירן מיט אונזערע חושים.

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 1:44 am
דורך געפילטע פיש
נישט ממש ווייברעישען, נאר די ערשטע מטבע וואס קומט צו פליען האט איך זיך ענערגיע, מאמענטאם, וואס מוז ערגעץ גיין, ס'קען נישט פארלוירן ווערן, ממילא אויב קען עס נישט רוקן די מיטעלסטע מטבע, שיקט עס די מאמענטאם ווייטער אינעם צווייטען מטבע, וואס לויפט אריבער צום אנדערע זייט מטבע און גיבט עס דארט ארויס און שטופט די דריטע מטבע.

פאר מער איבער וויאזוי ס'ארבעט זעט דא. Wikipedia - Newtons Cradle

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:34 pm
דורך ונבנתה העיר
קבלתי בשם אב"ד לונדון שיחי', ווי קען זיין אז א פערד לויפט א האלבע שעה, צוויי פון זיינע פיס זענען געגאנגן איין מייל און די אנדערע צוויי זענען געגאנגען 1.2 מייל?

ואמר, אז דער פערד גייט אין א צירקל קאונטער-קלאקווייז קומט אויס אז די צוויי פיס וואס זענען אויף די רעכטע זייט מאכן א גרעסערן צירקל ארום און ארום ווי די צוויי לינקע פיס, הענס די רעכטע גייען א לענגערע שטרעקע ווי די לינקע.

וצריך להוסיף אז עס האט דאך פאר ביידע גענומען די זעלבע צייט - א האלבע שעה, מוז דאך זיין אז איינער איז געגאנגען מיט א שנעלערע ספיד ווי דער צווייטער, ווייל ער האט דאך געדעקט מער שטח אין די זעלבע צייט, קומט אויס אז א מערי-גאו-ראונד למשל, וואס איז איין חפץ מחובר, איז וואס נענטער צום צענטער דרייעט ער זיך מיט א שטייטערע ספיד ווי די חלק וואס איז ווייט פונעם צענטער - איין חפץ מיט אנדערע ספידס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
אנטשולדיגט אבער די ברייט פין א פערד איז נישט 0.2 מייל


לעצם הענין איז דאס טאקע פין די זאכן וואס פארווינדערן מיר אז ווען איך דריי ארום א זאך על מקומו וועט דאך דער צענטער מאכן א קלענערן רינג ווי דעם עק פונעם חפץ אין אפ''ה נעמט עס די זעלבע צייט, היתכן אז איין חפץ זאל איין חלק גיין אן אנדערן ספיד ווי די איבריגע? (למעשה מוז זיין אז יעדע שורה אטאמען נענטער צום צענטער גייט שטאטער ווי דעם דרויסענדיגער)