בלאט 1 פון 1

קויפן אדער ליעסן? טיפס עצות אויף אלעס אין און ארום דעם אויטא

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 4:31 pm
דורך מעקע-ניק
הלוואי ווען כ'וואלט געווען דאס וואס מיין ניק פרעטענטעד מיר צו זיין. וואלט איך דאן גאנץ זיכער געווען פון די יעניגע וואס קויפן יעדע 5-4 יאר א יוזד קאר/מיניווען און מיט די פראבלעמען וואס קומען אונטער וואלט איך זיך דאך אליינס געקענט אנייצה געבן פאר א פערטל די פרייז וואס ס'קאסט אפ ביי א מעקעניק צוליב די לעיבאר און פראפיט וואס זיי לייגן ארויף אויף יעדע ריר און שמיר. בין איך דאך אבער א פלעינער שמו יגער אן געלט און אן מעקעניקל לייסענס איז מיר באשערט געווען פארגאנגענעם וואך אריינצולייגן איבער א האלבן טויזענטער אין מיין אלטן קאר

געפיקסט עטליכע ליעקס און געלייגט א נייעם ראדיאטאר און נאך אפאר זייטיקייטן, נאר צו זען 4 טעג דערנאך דעם 'סערוויס ענדזשין סון' לעקטער ארויפשפרינגען פאר מיין נאז. איז אלזא שוין כמעט גענוג געהאט דערמיט. ווען כ'וועל מיר עווענטשועלי דעסיידען צו נעמען איינמאל פאר אלעמאל א נייעם אויטא ווערט מיר אבער שווער צו ליעסן און באצאלן יעדע חודש 400 דאלער פאר עפעס וואס גייט עווענטשועלי נישט זיין מיינס.

כ'וועל ביי א קומענדיגע געלענהייט אויסשמועסן ביידע צדדים. דערווייל פארציילט אייערע איידיעס און אפיניענס און אדווייז.