בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:18 am
דורך זר זהב
ווער דארף בוירטה קאנטראל? מיר האבן בענענע'ס! האהוהא
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:44 am
דורך George
די שמועס פארט אוועק פון די רעלסען, קען איינער ביטע מסביר זיין וואס די באנענדע איז? א מענטש אדער א זאך? מ'עסט עס אדער מ'טוהט עס אהן?
אזויפיל האב איך יא געטוהן, נאכן ליינען די תגובות דא האב איך מקדם געווען די רפואה פאר די מכה און אנגעזאגט אין שטוב אז איך וועל בשום אופן נישט אריין לאזען די נייע פירצה וואס הייסט בענענעס... (דאס ביסל ליבשאפט נאך פארבליבן...)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:47 am
דורך זר זהב
סאיז אזא טייט סחורה וואס באדעקט דעם קאפ. אנשטאט א טורבאן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 1:12 am
דורך הערשי
א באנדאנא איז א טיכל, מוסבות שמות שלא תהא פונדקית ככהונת.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 2:00 am
דורך נולד מאוחר
אדער
היות זיי זענען נישט עכטע בילדער בין איך זיך מורא היתר לגבי די תקנות המקום
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 2:15 am
דורך אליצפן
נולד מאוחר האט געשריבן:אדער
היות זיי זענען נישט עכטע בילדער בין איך זיך מורא היתר לגבי די תקנות המקום
גאנץ א באטעמ'טער ווייבל, כ'מיין דארפסט עס אראפנעמען ס'האט מיך געמאכט הרהור...
עניוועי סיריעסלי ספיעקינג אן עוורידזש ווייבל זעט אויס גאר אומבאחנ'ט מיט אזא מין אנשיקעניש אויפן קאפ. נישט אז א טורבאן איז צופיל שענער, אבער כאטש צו דעס איז מען שוין געוואוינט.
דיה לצרה שיש לנו כבר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:51 am
דורך משה רבנו
אוי.איר האט מיךר געמאכט דעם טאג.זר זהב.איך מוז דיר זאגן האסט אשארפן פיסקל.און וועלכן אשכול כבין נאר געגאנגען האסטו אויפגעבליצט מיט דיינע ווערטלעך.כהאב געהאט עפעס אפראבלעם צי ריאגירן ביז יעצט.כהאף אז יעצט וועט זיך לאזן גליטשן.אבענדענע.פשט אהוילן קאפ!נישט נאך עפעס.אבער.איינמינוט.וואס איז מיט אונזער קאלפיק.ספאדיק.פרעגן אונז דען איינעם צי סשמעקט איר אדער נישט?ביי אינז זענען דע מאדעס סאך מער.ליידער טושט זיך עס סאך שנעלער ווי ביי זיי....
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 7:57 am
דורך קאווע טרינקער
נעה, שקר הטורבאן והבל הבענדענע אשה חן ויופי היא תתהלל.
אזא פרוי וואס מ'האט דא ארויפגעשטעלט וועט נישט אויסזעהן בעסער אפילו מיט א שייטל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 8:25 am
דורך משה רבנו
סאיז נאר אדאל אויף די עכטע קמען טאקע נישט קוקן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 8:59 am
דורך דעת תורה
דאס איז דאך דער קאפ צודעק וואס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל, ניין?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 9:09 am
דורך משה רבנו
איך קען נישט ארץישראלדיגע פרויען
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 1:37 pm
דורך דולה ומשקה
ווען דער אשכול וואלט זיך ווען געפונען אין 'מאחורי' וואלט איך געשריבען בנוגע נידון דידן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 1:46 am
דורך בדחן
דולה ומשקה האט געשריבן:ווען דער אשכול וואלט זיך ווען געפונען אין 'מאחורי' וואלט איך געשריבען בנוגע נידון דידן.
איך דריי מיר נישט מאחורי דערפאר ווייס איך נישט.
זאג, און מאוחרי מעג מען רעדן זאכען וואס מען טאר נישט רעדן אין די עפענטליכקייט? וואס איז שייך צו רעדן אין די נושא מער אפן ווי דא?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:23 am
דורך משה רבנו
ווי אזוי קען איך זוכה זיין אנצוקומען אין מאחורי?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:32 am
דורך קאווע טרינקער
משה רבנו האט געשריבן:ווי אזוי קען איך זוכה זיין אנצוקומען אין מאחורי?
וועסט נאך אנקומען, א בפירושע פסוק, גאט זאגט פאר משה רבינו "וראית.. מאחורי..."
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:36 am
דורך משה רבנו
גאט זאגט מיר אבער אויך "ואל יבא בכל עת..??"
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:41 am
דורך טאמבל סאס
ווארט ער זאל דיר זאגן "אל תגשו אל אשה..."
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:09 am
דורך משה רבנו
צו מיינט איר טאקע אז פאר משה רבנו דארף מען געבן עצות ווי אזוי אנצוקומען צו מאחורי???
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:32 am
דורך געפילטע פיש
ווען דו וועסט שרייבן תקט"ו תגובות כמנין ואתחנן, שטעל דיך נישט אפ דארט, נאר שרייב נאך איין תגובה. דעמאלס וועסטו קענען אריינגיין.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:37 pm
דורך גנדי
איך האב א טעאריא אז די שפיצען פון די שטריימלען זענען געווארען העכער לויט די הויעכקייט פון די קנאפ פון די טורבאנס.
לאמיר האפן אז יעצט ווען מען הייבט אן גיין מיט פלאטשיגע באנדענעס אויפן הוילען קאפ, וועלן די שטריימלעך ווערן צוריק פלאך...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 1:52 pm
דורך קאווע טרינקער
ש'טריימל ב'מקום ת'ורבאן = ר"ת שבת
ויש גורסים
ש'טריימל ת'חת ב'ענדענע = ר"ת שבת
יעדע זאך וואס אידישע פרויען טוהן האט א טיפע הימל כוונה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:12 pm
דורך משה רבנו
די ראיה אז סרעדט זיך וועגן הימלישע זאכן איז אז משה רבנו אליין איז אראפגעקומען דן זיין וועגן דעם