בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:58 am
דורך דעת תורה
קאווע טרינקער האט געשריבן:ער איז א ליטוואק, עלטערע איד, עוסק אין קבלה, שטארק אריינגעטוהן אין עניני קדושה וטהרה און מקוה וכו'.
ער קומט גאנץ אפט קיין חו"ל, שטייט איין אין ב"פ אויף 49/15.
אויב איך מאך נישט קיין טעות, האט ער שוין מחבר געווען א ספר אויכעט בבירור פרטי טבילת עזרא.
וואו האט ער אנגעהוקט מיט קנאות? בריסק? ער רעדט ווי א געבוירענער סאטמארער. עטליעסט ביי סאטמארע מאורעות. אגב דער הוט וואס ער טראגט איז נישט קיין קנייטש הוט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:48 am
דורך לעיקוואד
ר' סענדער ערלאנגער קומט זיך אן עקסטערע אפהאנדלונג ביי די משפיעים אשכול. און אויך מאחורי הפרגוד עקסטער (כמדומה אז ערגעץ האט מען שוין עם דערמאנט אביסעל וועגן דעם).
לגבי קנאות, איז ער טאקע א קנאי פון סאטמערע חדר, איך ווייס נישט פונקט פון וואו ער האט דאס אויפגעפיקט, בכלל איז ער אזא מלקט ער איז א חסיד פון ר' חאצקל לעווענשטיין און פון ויואל משה, דאווענט שבת ביים נאדבורנא רבי און איז אן איידים בי טורצין מגדולי החזונאישניקים (מחבר שונה הלכות ביחד עם רח"ק), איז א מקובל פון כל מיני קבלה און קאכט זיך אין קדושה און קען אביסעל לערנען אויך. בקיצור א גרויסער טשולנט (נאר מיט מער דעת ווי רצ"מ זילברברג'ס טשולענט). דאכציך ער איז אמאל געווען ראש ישיבה אין סאטמער אין ירושלים. און ער איז בשיטה אזוי מקפיד נישט צו געהערן צו איין ספעציפישע קרייז נאר נעמען דאס וואס איז גוט בעיניו פון יעדער איינער. ער טענה'ט אז דער דרך האט ער מקבל געווען פון זיין טאטע ר' חיים אריה זצ"ל, וואס איז אויך געגאנגען מיט די סאטמערע שיטה כמדומני.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:32 am
דורך קאווע טרינקער
כ'מיין אז אין די הקדמה אויף עפעס א טהרה ספר, שרייבט ער אז ר' חיים קניבסקי האט אים צוגעזאט ארוכת ימים, אויב שרייבט ער דעם ספר.
כ'האב אמאל געהאט א שמועס מיט אים, בתוך בדברים זאגט ער מיר אז אין אמריקה איז דא א פראבלעם, ווארום, די קערטינס מאכן נישט גענוג טונקעל אין שטוב... והבן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:53 am
דורך איחוד פעלד
אפשר קען מען אנהייבען אימפארטירען די קערטינס פין אר"י אהער.
דער ערלאנגער וואס מאכט די בלויע קונטרסים איז זיין ברודער?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:10 am
דורך לעיקוואד
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:47 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]DotCom[/tag]
לכבודך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:43 am
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7Vnxut448uE[/youtube][youtube]http://youtu.be/7Vnxut448uE[/youtube]
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VhL0kyLlN58[/youtube]
דער ניק מר שושני!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 11:11 am
דורך קאווע טרינקער
איינע פון די זאכן וואס כ'בין געוואר געווארן פון ליינען
דאאיז דער מענטש מיטן ניק
מר שושני! קיינמאל נישט געהערט פון אים!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 11:19 am
דורך [NAMELESS]
יא, איש הפלא, איש המסתורין, חצי אשכנזי חצי ספרדי, חצי חילוני חצי מאמין. דער רבי פון די גרעסט אידישע פילאסאפן, עמנואל לעווינס, שלום ראזנבערג, אלי' וויזעל ועוד.
לכמה דעות היה לו קשר גם עם גדילי ישראל הרב קוק, סאטמאר רב, ליובאוויטשער רבי. יש אומרים אז ער איז געוועןמדער גרעסטער אידישער מח בימיו, און קיינער ווייסט נישט פשט פון זיין גלות ליידן, עלנדקייט און מיסטעריע.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:25 pm
דורך דענקער
טאקע הפלא ופלא. א פענאמענאלע מח און זיכרון. שלום ראזענבערג טענה'ט אז ער איז דער מיסטעריעזער חתן וואס ווערט דערמאנט אין די בריוון פון הרב קוק זי"ע אלס זיין תלמיד.
מהיכי תיתי אז ער האט געהאט שייכות מיטן ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל? און נאך מיטן סאטמארן רבין אוו אלל פיפעל?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:53 pm
דורך דעת תורה
סאפאוזעדלי זיך געטראפן מיט סאטמאר רב אין פאריז. שלמה יאנקל טענה'ט אז ס'שטימט נישט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:14 pm
דורך איחוד פעלד
אין עצור איז דא אשכול וועגען מר שושני, מיט אסאך אינטרעסאנטע פרטים.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:35 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:53 am
דורך sefish
א) סיפר לו שאכן פגש את האדמו"ר מהר"י ט"ב מסטמר זלה"ה בפריז (לא כמו שציינו אחרים בשווייץ) ושוחח איתו שלש שעות.. כששאלו הרב הירש על שוחח אתו, ענה לו "דבר אחד אני יכול לומר לך האדמו"ר הוא חד בדרא בתורת הסוד"
ב) מישהו קנה לו ספר ויואל משה ועבר עליו מתחילה ועד סוף פעם א', אחרי זה ידע את הספר בע"פ מילה המילה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:21 pm
דורך קאווע טרינקער
sefish האט געשריבן:א) סיפר לו שאכן פגש את האדמו"ר מהר"י ט"ב מסטמר זלה"ה בפריז (לא כמו שציינו אחרים בשווייץ) ושוחח איתו שלש שעות.. כששאלו הרב הירש על שוחח אתו, ענה לו "דבר אחד אני יכול לומר לך האדמו"ר הוא חד בדרא בתורת הסוד"
ב) מישהו קנה לו ספר ויואל משה ועבר עליו מתחילה ועד סוף פעם א', אחרי זה ידע את הספר בע"פ מילה המילה.
פארוואס ביסטו נישט מעתיק אות ג'?
ג) שאל אותו למה מגלח את זקנו, וענה ע"פ האריז"ל בדר בחו"ל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:44 pm
דורך מאראנצןזאפט
דא האט איר דעם וויקיפעדיע בלאט פון הנריק הכטקופף, דער מיסטיריעזער ארטיסט באהאלטן אונטער'ן "געמאלט: ה. הכטקוף" פון די מחניים "דערציילונגען פון צדיקים" קינדער ביכלעך.
פון אלס גאר יונג קינד בין איך געפאלן אין ליבע מיט זיינע מאלערייען. וויפיל לעבהאפט ליגט באהאלטן אין יעדע פון זיינע כאראקטערן.
דער איידעלער חסיד, דער שיינעדיגער רבי, דער צוקער זיסער יונגעלע. פונקטליך ווייסט ער ווען צו מאלן א גראבע משרתת, אדער א צארטע איידעלע פרוי.
זיינע מאלערייען וואלט געפאסט פאר א חסידי'שן דורכגעווייקטן איד. דער גראבער מגושמ'דיגער גוי, דער פארגרימאסנדער רויבער, א.א.וו.
זיינע סצענעס זענען קונסט ווערק, עס לעבט, און פארציילט די געשיכטע פון זיך אליין.
וויפיל פאנטאזיע א מענטש קען נאר אריינלייגן אין א בילד האט הכטקוף קונצליך באוויזן איבערצוגעבן פאר זיינע ליינער. ווי די שטעטלישע אידן הערן אויס דעם בעל שם אין "הירשל מיט די ציגן", דער בעל התניא און זיין ברודער דער שארית יהודה טובל'ען זיך אלס יונגע קינדער אין "דער ווייסער קוואל" א.א.וו.
אויך דארף אין אכט גענומען ווערן אז זיינע מאלערייען זענען היסטאריש אויסגעהאלטן. דער אראבישער סולטאן טראגט נישט דעם זעלבן טראגע ווי דער יוראפישער פריץ, רבי עקיבא זעט נישט אויס ווי רבי משה ליב סאסובער, די רוימער לויט'ן דעמאלטדיגן סטיל, און דאס איז נאך פאר דער וויקיפעדיע עפאכע.
אויך די ליבאוויטשער אדמורי"ם מאלט ער אקוראט לויט זייער ריכטיגער אויסזען.
ער איז אוועק מיט עטליכע יאר צוריק. זיין ממלא מקום סנחוב זלי האט נישט באוויזן צו ממלא זיין דעם געשאפענעם חלל.
יהא זכרו ברוך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:45 pm
דורך חכם באשי
דער קאנטראסט ווערט אפילו גרעסער היינטיגע טעג, ווען עס ווירקט און שאפט א ווקסברגר! ווקסברגר גיבט כסדר ארויס קונציגע מאלערייען, אבער לדעתי - איך מאל אויך - איז עס נישט ציענד. איך קויף עס פאר די קינדער, און עס ציעט זיי נישט. זיי גייען גראד צוריק צום קעסטל מיט די דערציילונגען פון צדיקים.
בעת וואס ווקסברגר לאזט גארנישט פאר די פאנטאזיע, האט ה. הכטקויפט איבערגעלאזט אן א שיעור פלאץ פאר'ן פאנטאזיע פון דער קליינע ליינער, און אזוי ארום אויסגעברייטערט זיין פארשטאנד.
אינטרעסאנט איז נאר, אז זיינע מענערישע געזיכטן זענען אלץ ספרד'יש געשטימט, נישט אשכנזיש.
דא האט איר זיינע אלע מאלערייען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HRFDo0skc0o[/youtube]
דניאל לאפין
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 10:57 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'קען נישט גלייבן אז כ'האב זיך קיינמאל נישט אנגשטויסען מיט דעם נאמען.
ממש פריער האב איך במקרה געקוקט א קליפ פון אים, ס'איז מיר געפאלן זיין פליסיגע שפראך (כאטש וואס תוכן דבריו
בנידון דידן איז הבל).
אלץ נייגער ווער דאס איז, איז מיר אנקעגען געקומען פיל אינפורמאציע וואס איז מיר געווען נייעס.
וויקיפעדיע שרייבט אויף אים דאס פאלגענד:
הרב דניאל לאַפּין איז א רב וואס האט צוריק געברענגט א גאנצע קהילה פון אידן צו תורה ומצוות ער איז אויך א ביזנעס מאן וואס געט ארויס ביכער און ספרים איבער אידישקייט און ביזנעס.
ער איז געבוירן אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע. ער האט געלערנט אין גייטסהעד ישיבה. ער האט באקומען סמיכה פון הר"ר משה פיינשטיין ז"ל.
ער איז פלאצירט אין סיאטל, און די רעכטע אידישע קאנסערוועטיווע פאליטיקער קוקן אים אן אלס זייער רב. פון זיי רעכענט זיך דער ראדיא שמועס פראגראם גאסטגעבער, ר' מייקל מעדוועד, דער לאביאיסט אין טורמע ר' זשעק אבראמאף און נאך שרייבער פירער און שטארק אקטיווע סאציאלע אקטיוויסטן וואס האלטן אמעריקע לויט די מאראלן פון דער תורה.
ער האט אויך א ראדיא שמועס פראגראם אין מערסער אינזל,סיאטל, וואשינגטאן.
די ענגילשע וויקיפעדיע בלאט איז מער באריכות.
ער האט א סייט
http://www.rabbidaniellapin.com/media.phpזיין ווייב האט אויך א סייט
http://www.susanlapin.typepad.comהאט איר שוין געהערט פון אים/איר ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:26 am
דורך אביגדור
מעשיו יקרבוהו וכו'.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:49 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:עילי אבדני.
אזא שיינע שטימע.
http://www.gruntig.net/2013/11/avraham- ... ni_21.htmlווי קען מען דאס זעהן און נישט מיטזינגען?
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 12:39 pm
דורך יין שרף
מאראנצןזאפט האט געשריבן:דא האט איר דעם וויקיפעדיע בלאט פון הנריק הכטקופף, דער מיסטיריעזער ארטיסט באהאלטן אונטער'ן "געמאלט: ה. הכטקוף" פון די מחניים "דערציילונגען פון צדיקים" קינדער ביכלעך.
פון אלס גאר יונג קינד בין איך געפאלן אין ליבע מיט זיינע מאלערייען. וויפיל לעבהאפט ליגט באהאלטן אין יעדע פון זיינע כאראקטערן.
דער איידעלער חסיד, דער שיינעדיגער רבי, דער צוקער זיסער יונגעלע. פונקטליך ווייסט ער ווען צו מאלן א גראבע משרתת, אדער א צארטע איידעלע פרוי.
זיינע מאלערייען וואלט געפאסט פאר א חסידי'שן דורכגעווייקטן איד. דער גראבער מגושמ'דיגער גוי, דער פארגרימאסנדער רויבער, א.א.וו.
זיינע סצענעס זענען קונסט ווערק, עס לעבט, און פארציילט די געשיכטע פון זיך אליין.
וויפיל פאנטאזיע א מענטש קען נאר אריינלייגן אין א בילד האט הכטקוף קונצליך באוויזן איבערצוגעבן פאר זיינע ליינער. ווי די שטעטלישע אידן הערן אויס דעם בעל שם אין "הירשל מיט די ציגן", דער בעל התניא און זיין ברודער דער שארית יהודה טובל'ען זיך אלס יונגע קינדער אין "דער ווייסער קוואל" א.א.וו.
אויך דארף אין אכט גענומען ווערן אז זיינע מאלערייען זענען היסטאריש אויסגעהאלטן. דער אראבישער סולטאן טראגט נישט דעם זעלבן טראגע ווי דער יוראפישער פריץ, רבי עקיבא זעט נישט אויס ווי רבי משה ליב סאסובער, די רוימער לויט'ן דעמאלטדיגן סטיל, און דאס איז נאך פאר דער וויקיפעדיע עפאכע.
אויך די ליבאוויטשער אדמורי"ם מאלט ער אקוראט לויט זייער ריכטיגער אויסזען.
ער איז אוועק מיט עטליכע יאר צוריק. זיין ממלא מקום סנחוב זלי האט נישט באוויזן צו ממלא זיין דעם געשאפענעם חלל.
יהא זכרו ברוך.