בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:44 pm
דורך פיינע קאווע
פאר פרנסה קען מען צופארן א האלבע שעה ביז קרית יואל ווי אפאר טויזענט מענער און פרויען האבן פון דארט פרנסה ב"ה אדער א דריי פערטל שעה צו מאנסי. מיט די צייט וועט מען דארט האבן גענוג ביזנעס ווי איבעראל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:47 pm
דורך זר זהב
נישט יעדער האט א העליקאפטער. מיט א קאר נעמט עס ארום 50 מינוט/א שעה ביז מאנראו און א שעה א האלב ביז מאנסי

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:03 pm
דורך שרייבער
פרנסה, אויך מיר א פראבלעם, וואס האבן קרית יואל'ע אידן געטון אין די ערשטע 20 יאר, און וואס טוען נאך אסאך היינט? מען פאר א שעה צוויי צו די ארבעט, און ס'לוינט אז מען קומט נאכדעם אהיים צו א ברייטע רואיגע דירה מיט א קלענערע מארגעטש

כה עשו אבותינו

אפגערעדט אז אין די היינטיגע אינטערנעט וועלט מוז מען שוין נישט אזויפיל פארן

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:05 pm
דורך נולד מאוחר
נאך א זייער וויכטיגע זאך וואס מדארף פאר נייע מוסדות איז די תקנות צעטיל וואס מדארף אינטערשרייבן פאר משרייבט איין א קינד. דאס האב זיי שוין אויך פון פארדעם.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:32 pm
דורך אויס מענטש
נאך א זאך אז די ארונישע מוסדות דארטן וועלן זיי סיידי גרעסטע און סיידי בעסטע

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:42 pm
דורך נולד מאוחר
סצייט צי זוכען פרישע געגענט פאר קאנטרי. די קעטסקעלס וועט ביז אפאר יאר ווערן א סאטמערע אלל יער ראנד שטאט.
וועל וויל דען גיין זומער קיין מאנרוי?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:47 pm
דורך שווארצע וואלף
ס׳קוקט אויס ווי גאנץ א פיינע פלאן, בעזר השם וועט נאך א ציבור יודן לעבן א נארמאלע לעבן מיט הרוות הדעת, די שאלה איז נאר: מיז מען זיך באזעצען דוקא אין דעי ישוב בכדי צו קענען געניסען פון די מוסדות, שוהלען און מקוה, אדער קען מען זיך באזעצען עני ווער עלס אפסטעיט??

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 3:12 am
דורך גוטע פינטעלך
מדארף אריינכאפען קויפען ביליג הייזער אין די קעטסקילס נאך איידער די אלע פרנסה זיכער מופען ארויס דארטען, ראו הזהרנוכם!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:35 am
דורך מ גפני
פיינע קאווע האט געשריבן:פאר פרנסה קען מען צופארן א האלבע שעה ביז קרית יואל ווי אפאר טויזענט מענער און פרויען האבן פון דארט פרנסה ב"ה אדער א דריי פערטל שעה צו מאנסי. מיט די צייט וועט מען דארט האבן גענוג ביזנעס ווי איבעראל.

מאכסט אזוי ווי כאילו ס'ווארפט זיך דזשאבס אין ק"י, הלוואי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:38 am
דורך קאווע טרינקער
די ערשטע צעהן תושבים וועלן ארבעטען אין תהילים כולל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:52 am
דורך שרייבער
מ גפני האט געשריבן:
פיינע קאווע האט געשריבן:פאר פרנסה קען מען צופארן א האלבע שעה ביז קרית יואל ווי אפאר טויזענט מענער און פרויען האבן פון דארט פרנסה ב"ה אדער א דריי פערטל שעה צו מאנסי. מיט די צייט וועט מען דארט האבן גענוג ביזנעס ווי איבעראל.

מאכסט אזוי ווי כאילו ס'ווארפט זיך דזשאבס אין ק"י, הלוואי

און אין ווילי ווארפט זיך יא דזשאבס? כמה בטלני איכא בשוקא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:12 pm
דורך אוי_וויי
איך וואלט געזאגט אז פאר די ערשטע 100 זאל ער טארגעטן בלע"ז בעיקר די כולל אינגעלייט וואס ווילן בלייבן ביים לערנען
אבער סאיז זיי נישט מעגליך ווילאנג זיי וואינען אין די איינס פאר די טייערסטע פלאץ אין אמעריקא..
די מעלה מיט די כולל אינגעלייט איז
אז געווענליך דארפן זיי נישט די גרעסטע אין די שענסטע דירה
די עיקר אז זיי זאלן קענען צאלן די רענט מיט די כולל געלט...
אויב וועט די דירות זיין עכט ביליג אפילו עס וועט זיין אביסעל קליין וועלן די דאזיגע סארט אינגעלייט גיין די גרינגסטע
אוודאי וועט מען דארפן אויך מלמדים, טיטשערס, מנהל, סעקרעטערי, ראש הכולל, מעניזשער, קעכער, גראסערי ארבייטער, שמש, באס דרייווער אד"ג
די איבריגע איינוואוינערס צו שאפן מיין איך איז די גרינגסטע ביי די כולל אינגעלייט וואס די שווער קען נישט העלפן מיט געלט
איינמאל עס איז דא די ערשטע 100 אי"ה וועט די באן שוין אליינס פארן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:59 pm
דורך שעפטל
א פרייד האט מיך אנגעכאפט הערענדיג די נייעס. אבער... ווי איך פארשטיי איז עס מער א פלאץ פאר חסידי סאטמאר (מהר"א), איז דא איין זאך וואס קען אפשר אפשר געלונגן, (ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט ביי מיין אשכול וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל אדורכברעכן ס'דירות קריזיס?) ביליג שבביליג, ממש שפאט פעניס דירות, אנדערשט פארוואס זאל יענער נישט זיך ציען קיין קרית יואל??? יעצט אויב גייט עס נישט זיין דירות פאר ניסלעך איז עס היפשע דמיונות, און דע פלאן קען שוין גיין אינעם זעלבן סטארידזש ווי עס ליגן אלע אנדערע פלענער...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:15 pm
דורך אוי_וויי
עס דארף זיין גענוג ביליג אז אפילו אינגעלייט פון קרית יואל זאל זיך לוינען צו קומען...
א נארמאלע דירה אין קרית יואל פון 3 בעדרומס צאלט מען היינט בערך 1300 רענט
און בערך 265k צו קויפן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:14 pm
דורך ברוך
פארוואס רעדן די ארונים נייעס קוועלער נישט פון דעם פראיעקט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:21 am
דורך גאולה
מעכטיג!!!

ווי קענט וועיט!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:45 am
דורך קרעמער1
זר זהב האט געשריבן:ס'נאריש צו גיין וואוינען אין די קעטסקילס א גאנץ יאר. די וועטער איז נישט גוט און מ'איז ווייט פון גוטע שפיטעלער. נאו נאו

זינט ווען?
און צוריקגעשמועסט, כ'מיין אז סע איז נאך עני טיים אזוי גוט ווי די פארפעסטעטע סיטי לופט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:24 am
דורך אבי גערעדט
פונקט נעכטן געהערט פון א נאנטע קוואל, אז די שמילאוויטש-מהרי"י פראיעקט אין מידעלטאון נ.י גייט ארויסקומען אין די עפנטליכקייט גאר בקרוב, לכאורה אין די קומענדיגע וואך צוויי, ווי דער קוואל זאגט מיר, האט ער ער שוין אפגעבויעט ארום 50 הייזער, וואס יעדע איז א פריוואטע פאלאץ, וואס גייט גיין פאר ארום 350,000 א הויז, און ער איז שוין אפראווד פאר נאך עטליכע הונדערט צו בויען.
די שטעטל גייט זיין א סאטמאר מהרז"ל שטח אלל די וועי, דאס מיינט די מוסדות שוהלן אינווייראמענט וכו.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:39 am
דורך בן תמליון
אמת דער שמילאוויטש פראיעקט אין בלומענבערג ניו יארק איז נענטער צו א ווירקליכקייט ווי אלע אנדערע חלומות. איך מיין עס שטייט נאר דערווייל איין מאדעל הויז און די איבריקע גיסט מען יעצט פאונדעשאונס. זיי זענען דריי פעמיליס אטעטשט. איך האב מורא אז דער פרייז פון דריי פופציק איז צו הויך פאר מענטשן צו אריינשפרינגען אין א נייע געגנט. איך האף אז די מהר"זל פארטיי וויל נישט פארשפילן דעם עסק פאר אביסל געלט גייציקייט. פארוואס מוז מען מאכן 100 אלפים ריוווח אויף א הויז אז מען וויל דעם טובת הציבור?

איך טראכט נאר איין זאך אפשר אז די פרייז איז נישט אזוי ביליג וועט זיך דער שטעטל אפשר נישט בויען מיט מענטשן מיט ראציקע נעזער און דאס ארימסטע שיכט, ווייל אויב יא בויט מען א נישט קיין שטעטל נאר אן אינסטוטוציע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:54 am
דורך אבי גערעדט
בן תמליון האט געשריבן:איך טראכט נאר איין זאך אפשר אז די פרייז איז נישט אזוי ביליג וועט זיך דער שטעטל אפשר נישט בויען מיט מענטשן מיט ראציקע נעזער און דאס ארימסטע שיכט, ווייל אויב יא בויט מען א נישט קיין שטעטל נאר אן אינסטוטוציע.


גערעכטע רייד, וקרית טאהש וחלק גדול מקרית יואל יוכיח

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:45 am
דורך מאיר_וואלף
יקרא ויאה את אין תערבי למרותא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:07 am
דורך שמעקעדיג
רומערס גייען ארום אז מהרז"ל'ס שטעטל וועט קומען אריינגעבויעט אין די אינטערנעט סערוויס א משומר פילטער, און יעדער בעה"ב וועט צאלן $30 א חודש פאר די סערוויס. קען עס איינער באשטעטיגן? :P

אויף מהר"א'ס נייער ישוב לייג איך שטארקע האפענונגען, ווייל אפגעזעהן וואס מען האלט אויף אים, צי ער טוט טאקע אויף און צי ס'איז יא אדער נישט לשם שמים, האט ער א געוואלדיגע WILL POWER און ער האט דעם כח אדורכצושטופן זאכן וואס אנדערע זענען נישט מצליח, און ביי צדקה דארף נישט זיין לשם שמים, ווי חז"ל זאגן שוין, אפילו ע"מ שיחיה בני הרי זה צדיק, און ווי איז נאך פאראן א גרעסערע צדקה ווי צושטעלן אפפארדעבל דירות (און חתונה תקנות).

איינמאל עס וועלן שוין זיין אפאר נחשונים, עס וועט ווערן א נארמאלע סטאנדארד צו וואוינען דארט, מיט אלע סערוויסעס וואס מען דארף האבן, ווי גראסערי/געשעפטן/דאקטוירים/מוסדות, און אפשר טראנספארטאציע פון איין קאנטרי צום צווייטן און צו די סיטי און צוריק, וועלן צעביסלעך אנהייבן אהינצומופן מער און מער היימישע אידן, און עס וועט ווערן הרחבת הדעת בעז"ה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:45 am
דורך קרעקער
אמת דער שמילאוויטש פראיעקט אין בלומענבערג ניו יארק איז נענטער צו א ווירקליכקייט ווי אלע אנדערע חלומות. איך מיין עס שטייט נאר דערווייל איין מאדעל הויז און די איבריקע גיסט מען יעצט פאונדעשאונס. זיי זענען דריי פעמיליס אטעטשט.


גערעכט, כבין דארט געוועהן דעם זומער, סאיז 25 מינוט פון קרית יואל, די פאנדעישען שטייט שוין פאר אסאך הייזער, סאיז דא אפאהר מאדעל הייזער, א מקוה, א ריזיגע בילדינג אפגעקויפט פאר א חדר אדער סקול, סאיז דא דארט פלאץ צו בויען 9000 הייזער, און ביז א האלב יאהר איז רעדי 450 דירות, איין הויפט מעלה איז אז סאיז פלעט נישט קיין בערג צו קריכען
סגייט זיין די רעוועלושען פונעם יאהר 100 א ריזיגע נייע יודישע שטאט