בלאט 2 פון 11

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:17 pm
דורך גאלד
:דיסלייק:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:00 pm
דורך קאווע טרינקער
גאלד האט געשריבן:איך ווייס נישט צו אסאך געדענקן דאס, אבער איך געדענק גוט שמחות תורה אין וומ"ב פלעגן אומפארשעמטע סאטמארע יונגע בחור'לעך גיין קיין פאפא צי די הקפות זיך געשטעלט אין די הייעך אויף די פארענטשעס און פרעכערהייט אפגעלאכט פון דער רבי און די חסידים,

פעך!! קיין טראפ שאנדע!!

מה עשה הקב"ה? עטליכע יאר שפעטער איז פון ראדני, בליל שמח"ת, ארויסגעקומען די גרעסטע חילול השם אין היסטוריה (excluding ה' אייר)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:04 pm
דורך קאווע טרינקער
איך דערמאן זיך יעצט אז כ'האב אמאל געעפענט אן אשכול איבער דעם, אבער אן קיין נאמען.
מיין נקודה דארט איז געווען אז כולל / קולל זיין א גאנצע קהילה און זיי באטיטלן אלץ any חסרון / מעלה, איז נישט אויסגעהאלטן.

איינער קען טרעפן דעם אשכול?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:16 pm
דורך סאשי פיש
און ווער געדענקט ווען קווינס בחורים פלעגען קומען הערען זיין ספירה ציילען און זיך נעמען לאכען אויפען קול און די שמש פלעגט פארשטייצעך ווילד ווערען און עס פלעגט גיין מכות פארווער עס איז נישט אנטלויפען בייצייטענס

נ.ב. איך האב עס אויך געהערט און זיך געדארפט איינהאלטען פון לאכען וויל עס איז זייער אינטערעסאנט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:18 pm
דורך חזקיהו המלך
איך אויך האט געשריבן:קיינער האלט נישט ווייל ער איז נישט ,כאפסט?


אין סקווער אין בעלזא זענען יא ?

ס'האט נישט מיט וואס די רבי איז, ס'האט מיט די קולטור פין עבודת אלילים, וואס אין פאפא איז עס ב"ה נישט אזוי איינגעריסען,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:20 pm
דורך זר זהב
און ווער געדענקט ווען אינגעלייט פון זופניק כולל פלעגן אין דו נו"ן יארן גיין חנוכה צו פאפא רבי'ס לעכט צינדן מיט א פייער עקסטינגווישער און שפריצן וואסער אויף די לעכט גלייך ווען ס'האט אנגעהויבן ברענען? איינמאל האט פאפא רבי געמוזט פארן צינדן לעכט אין קרית פאפא ווייל די אינגעלייט האבן נישט געוואלט אויפהערן שפריצן וואסער

פעך פעך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:21 pm
דורך סאשי פיש
חברה פאקטס ארויס וואס מען געדענקט!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:23 pm
דורך זר זהב
איינמאל געדענק איך אויך וואס כ'וועל קיינמאל נישט פארגעסן. אן א"ג וואוילער סאטמארע אינגערמאן איז אריינגעלאפן סוכות פאר הלל אין פאפא שול און אראפגעבראכן פאפא רבי'ס אתרוג פיטום. היינט איז ער זאגאר א שטיקל דיין. פרעג מיר ניש טא נאמען כ'וועל נישט זאגן.

פעך פעך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:24 pm
דורך מורינו הרב
זר זהב האט געשריבן:און ווער געדענקט ווען אינגעלייט פון זופניק כולל פלעגן אין דו נו"ן יארן גיין חנוכה צו פאפא רבי'ס לעכט צינדן מיט א פייער עקסטינגווישער און שפריצן וואסער אויף די לעכט גלייך ווען ס'האט אנגעהויבן ברענען? איינמאל האט פאפא רבי געמוזט פארן צינדן לעכט אין קרית פאפא ווייל די אינגעלייט האבן נישט געוואלט אויפהערן שפריצן וואסער

פעך פעך


כ'פארשטיי נישט. די גבאים האבן צוגעלאזט ביז אזוי נאנט? - מען האט נישט געקענט פטור ווערן פון זיי?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:24 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך דערמאן זיך יעצט אז כ'האב אמאל געעפענט אן אשכול איבער דעם, אבער אן קיין נאמען.
מיין נקודה דארט איז געווען אז כולל / קולל זיין א גאנצע קהילה און זיי באטיטלן אלץ any חסרון / מעלה, איז נישט אויסגעהאלטן.

איינער קען טרעפן דעם אשכול?

אם אין אני לי...
געטראפן
viewtopic.php?f=33&t=2264

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:25 pm
דורך I'm back
זייט דעמאלס ליגט א פייער עקסטינגוואשער נעבן די רבי'ס פלאץ ביים צינדן חנוכה לעכט.
וכן נוהגים אצל החסידים ג'כ.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:25 pm
דורך איך אויך
שיפ ישאס איך זעה דו קענסט נאכנישט זרל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:27 pm
דורך מורינו הרב
פאפאנע רבי, צדיק הדור, סאטמארע רבי............................

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:28 pm
דורך גאלד
איך געדענק סאטמאר רבי אליינס איז אמאל אריינגעקומען אין פאפא שול און אנגעריסן פאפא רבי די ביינער אזש ביז בלוט,

נעקסט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:30 pm
דורך זר זהב
יא כבין דארט געווען. למעשה איז עס נישט געווען א פעיר פייט ווייל פאפא רבי האט אים דארט געגעבן א שטויס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:31 pm
דורך מורינו הרב
וואס טוט זיך מיטן קוטשי פאפא רב? - ער איז א מפיל קינד?

צוריק צום נושא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:33 pm
דורך איך אויך
גאלד האט געשריבן:איך געדענק סאטמאר רבי אליינס איז אמאל אריינגעקומען אין פאפא שול און אנגעריסן פאפא רבי די ביינער אזש ביז בלוט,

נעקסט

שלוחו של אדם כמותו. ליין אין די זכרונות פון הגה"צ די קליינע פאפא רב ממאנטריאל זצ"ל אז אין די צייטן פונעם ויחי יוסף האט עס נישט געהאלטן ווייט פון דעם.

דאס פארענטפערט שוין מורינו'ס שאלה אויך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:47 pm
דורך איך אויך
איך ווארט אויפן טאג וואס עפעס א פראפעסער וועט ארויסנפחן נאך א בוך אין די ענדלאזע סעריע פון ביכער איבער די האסידים ,ער וועט דאך אודאי נעמען חומר פון שטיבלינו און ספעציעל צימעס.
פ.ג. לגיונות ווען זיין א שפאציר אין די פארק אקעגן יענע בזיונות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:50 pm
דורך לכבוד שבת קודש
ווערטלעך אין א זייט געלייגט:

פאראן א מושג פון רודפ'ן, גיסן וואסער, שלאגן, ברעכן פיטמ'ס (נישט וואס מען מיינט...), דאס האט מען דאך איבעראל געטאן... צי איז עס בעלז, סקווירא, סאטמאר, גור און נאך. ווי אזוי האט נאר יענער געזאגט... אזוי האט מען געטאן אין קראלע, אזוי האט מען געטאן אין סיגעט און אזוי האט מען געטאן אין סאטמאר, און שפעטער אויך דא אין קרית-יואל ווען עס האט אויסגעפעלט... כך הוא דרכם של חסידים.

איך רעד אבער פון עפעס אנדערש: דאס לצנות, דאס מאכן זיי פארן גענאר פון שטעטל, באזינגען מיט חוזק און שפאט און לייגן א סטיגמא אויף א גאנצע קהילה זיי אראפמאלנדיג אלס הערשט-קלאסיגע טפשים, וואס איז נאכנישט געווען אזוינס. איך בין מסופק אויב פון די בני-יואל האט מען געמאכט דאס וואס מען האט געמאכט מיט זיי. יא, די קלעפ האט זיך אויסגעהיילט, היינט שפריצט מען שוין נישט וואסער און מען שלאגט שוין נישט, אבער דאס גענאר איז ביי זיי געבליבן. אז מען טראגט דיר אן א שידוך, א פאפענער, קלערסטו צוויי מאל אויב דער בחור איז א פיינער בחור. דער רויטער לאלעך איז געבליבן אויף זיי.

דאס איז וואס מען רעדט דא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:19 pm
דורך I'm back
מי יודע צו באריסטא איז נישט קיין פאפאנע.
Watch out, guys.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 10:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
נישט פארמישן תמימות מיט טפשות.
פאפענע זענען תמימות'דיג קינדער און איינעקליך פון אויבערלענדע תמימות'דיגע אידן. די פאפא רב זצ"ל איז נאך אלע זיין גדלות געווען א גרויסע פשטן און האט אזוי געפירט צאן מרעיתו. די רבי היינט איז א פראדוקט פון דעם שניט און די באן פאהרט ווייטער. די חוזק פון פאפא אין די גאס נעמט זיך באמת ווי שוין אויבן דערמאנט פון סאטמער. סאטמער האלט זיך קלוגער פון יעדעם אבער די פאפענער זענען געווען א טארגיט ביי די האנט, ווען ס'וואלט געווען עני אנדערע חסידות נעקסט דאר וואלטן זיי געווען די קרבן. די פאקט אז די פאפאנע שוויטצערס זענען נאכגעטאנצן/קאמפיט מיט סאטמער האט אויך נישט געהאלפן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 10:54 pm
דורך מזלטוב
ווער עס קען די פאפאנער משפחה ווייסט אז יש דברים באיד ווען עס קומט צו חכמה און פלאטשיגקייט. אבער עס איז נישט קיין סתירה צו איידלקייט און פיינקייט.
חוץ פון דעם וואס אונגערישע קהלות ווי פיין און וואויל זיי זענען האבן גארנישט מיט חסידות ודרך הבעל שם טוב איינגעלייגט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:12 pm
דורך קאווע טרינקער
וועלכע משפחה? די פילאף'ס, וויינשטאק'ס?