בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:28 pm
דורך ישמעאל הכהן
יא, און אויכעט דינער. ערגעץ איז דא א קליפ דערפון

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:54 pm
דורך ארבעס
In may 2013. 56% amercians has smartphones and 25% are iphones
נעם אין באטראכט אז אייפון איז איין דיווייס אין ענדרויד לויפט איוף אלע חזיריי.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 6:29 pm
דורך הויזן טראגער
איך בין געגאנגען פון אייפון 4 צו גאלאקסי s3, אין פון גאלאקסי s3 צו אייפון 5, פון אייפון 5 צו גאלאקסי s4, אין פון גאלאקסי s4 צוריק צו אייפון 5.
די גאלאקסי האט מיר זייער נערווירט אז כדי צו טון איין זאך האב איך געמוזט צופיל מאל דריקן אויפן סקרין אין זאכן האבן גענומען צו לאנג, משא״כ די אייפון וואס איז אסאך מער פשוט ער טוט וואס די הייסט אין א ספליט סעקענד אן קיין מעשיות.
למעשה איז די גאלאקסי דאך א בעסערע פאון, ער האט אסאך מער אפשענס אין מען קען טון מיט דעם אסאך מער, נאר די זאכן וואס איך טו אויפן פאון איז מיר געווען וויכטיגער אז סזאל גיין פשוט אין שנעל אין איך ניץ ממילא נישט די אלע אפשענס וואס גאלאקסי האט מער פון אייפון

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:28 pm
דורך שמעקעדיג
עפעס שטימט נישט. צו טון איין זאך דארף מען דרוקן פיל מאל אויפן סקרין?
אפשר גיסטו אונז א דוגמא פון וואס דו רעדסט? איך וויל פשוט פארשטיין!

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:19 pm
דורך הויזן טראגער
איך האב שוין צוריק דאס עפעלע פאון פאר כמעט א יאר אין איך געדענק שוין נישט פונקטליך קיין משלים, אזויפיל געדענק איך יא אז איך בין נערוועז געווארן פון צופיל דריקן