בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:54 am
דורך דריידל
ערשטענס וויל איך ווינטשן א מזל טוב פאר הגר"ש מיט א ברכה אז יאריך ימים על ממלכתו געזינטערהייט.

העווינג סעד דעט, בעט איך ווער עס ווייסט זאל שרייבן איבער די מהות פון הגר"ש. עס איז קיין ספק אז דאס וואס אסאך באטיטל'ן אים אלס פוסק הדור איז צו פארדאנקן זיין עלטער און אויך דאס אז ער האט זיך פראבירט צו האלטן נוטראל ביי אומצאליגע מחלוקתלעך וואס האבן ארויסגעשפראצט מפעם לפעם.

דער אמת איז אבער אז הגר"ש איז שוין געווען זייער רעספעקטירט ביי יעדעם נאך פאר פיפציג יאר צוריק,ווען ער איז נאכנישט געווען זקן הרבנים און ווען כלל ישראל האט נאך פארמאגט מערערע תורה ריזן. ס'וואלט געווען א טובה אויב איינער באשרייבט וואס הגר"ש האט געטון אדער נישט געטון אז די וועלט האט זאל אים אזוי מעריץ זיין. דאס קען געבן הדרכה פאר אנדערע רבנים וואס דרייען זיך דא, זיך אפצולערנען וויאזוי זיך אויפצופירען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:01 am
דורך [NAMELESS]
@דריידל לכאורה ביזטו נישט גערעכט, די טיטול האט ער באקומען אלס זיין זעלטענע מהלך אין פסק זיין קלארקייט די גראדקייט בנוסף זיין כח החידוש ווען עס פעלט זיך אויס, וואס יעדער קען דאסס זעהן אין זיינע ספרים,
איך ווייס אז מאנכע וועלן זאגן אז עס איז פלענע תשובות דאס איז טאקע זיין מעלה אן קיין פלפלים גראד צום זאך און ווען דו ביזט אינעם ענין זעהסטו די שטארקייט,
די אייבירשטער זאל טאקע העלפען מיר זאלן האבן די זכי' צו האבן אזא גדול אין די דור וואס איז נפרד פון כל מיני נחות דרגא פאליטיק עד ביאת גואלינו בקרוב

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:01 pm
דורך signout
@דריידעל ער האט בעקומען די טיטול נאך אסאך פאר ער איז געווען אזא זקן מופלג, סאטמאר רבי ז''ל האט אים געטרויט איבערצוקוקען די ויואל משה פארן ארויסקומען מיט אסאך יארען צירוק, זיין גאונות, אין התמדה בנוסף צו זיין שכל הישר, וואס מאכט אז די גאנצע אידישע וועלט רעכנט זיך שוין יארען מיט זיינע פסקים, האט אים געשאנקען דעם טיטול ביי כלל ישראל, יאריך ימים על ממלכתו עד ביאת הגואל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:35 pm
דורך שעפטל
נאך אינטערסאנטער איז, אז דאכצעמעך האט ער פארלוירן דעם אדמו"ר טיטל... מסתמה ניצט ער עס נישט צוליב די אביוז וואס דער טיטל גייט אדורך..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:33 am
דורך העלא
איך האב געדאווענט עטליכע תפילות אין ישיבת חכמי לובלין, ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל,
די בחורים רופן אים די רבי,
און אויף די עמוד טישטוך שטייט:
כ"ק אדמו"ר שליט"א

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 7:46 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 7:55 pm
דורך חד גדיא
נא להמשיך להתפלל מרן שמואל בן רחל - שבט הלוי שליט"א תפילות עושה רושם ב"ה שינוי לטובה במצב הבריאות

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 8:03 pm
דורך חד גדיא
דיווח מביה"ח מעייני הישועה: מצבו של פוסק הדור הגר"ש וואזנר החמיר
נא לעורר רחמי שמים מרובים עבור רבי שמואל בן רחל לרפואה שלמה.

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 9:36 pm
דורך שמעון וואלף
סתם פאר אינטערעסאנטקייט. די בד"ץ האט שוין אמאל אפיציעל באטיטעלט איינעם אלץ פוסק הדור (חוץ די מנחת יצחק - זייער רב)?

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 9:44 pm
דורך דולה ומשקה
[center]בקשו רחמים שמים מרובים[/center]

לאור המצב החמור פון מרן מגדולי פוסקי הדור רבי שמואל בן רחל ה' יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים, וועלען אידן ובפרט תלמידיו שיחיו זיך צוזאם נעמען יעצט ביינאכט אויסזאגען תהלים במנין, אין זיין בית המדרש שבט הלוי 1254 51 סט. אום צען אזייגער.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 9:15 am
דורך [NAMELESS]
: בדקות האחרונות הדרדרות נוספת וחמורה במצב מרן פוסק הדור הגאון רבי שמואל בן רחל וואזנר שליט"א.
העתירו בתפילה. אומרים ליד המיטה של הרב ווזנר וידוי

קפ

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 9:39 am
דורך שמעון וואלף
אבטולמוס האט געשריבן:פון די ארכיוון פון "דער איד" – תשכ"ב:

אבטולמוס האט געשריבן:הרב וואזנער איז נאך געווען אין זיינע פערציגער יארן, און אין א צייט וואס מ'האט נאך נישט אזויפיל מרבה געווען אין טיטלען ווי היינט, האט מען געשריבן אויף אים "אדמו"ר הרב הגאון הצדיק המפורסם לשם ולתהלה וכו'."

בילד


זשאסט פאר די רעקארד, תשכ"ב איז ער שוין געווען כמעט פיפציג

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:08 am
דורך ציבעלע-קיגל
געהערט לעצטענס א מורא'דיגע מעשה.

ווען ער איז געוועהן א אינג בחור'ל (דאכט זיך ארום 14) איז ער געפארען צו לובלין זיך צו פארהערן אריין צוגיין אין ישיבה. ר' מאיר שפירא איז פונקט נישט דארט געוועהן. און די פארהערער זענען זעהט אויס געוועהן אזוי ווי די היינטיגע וואס נעמען אן "נאר" (אזוי גערופענע) מצוינים. און מען האט איהם נישט אנגענומען נאר מען האט איהם אהיים געשוקט.

זיצענדיג אזוי אין די באן סטאנציע ווארטענדיג אויפען באן האט ער געהאט מיט זיך א גמרא, האט ער אנגעפאנגען לערענען. אין מיטען קומט אן ר' מאיר שפירא, און זעהט א בחור'ל זיצט דארט אין די באן סטאנציע אין לערענט. גייט ער צו צו איהם און פרעגט איהם...

זאג נאר בחור'ל, ווי אזוי הייסטו?

ער האט נישט געוויסט ווער דאס איז, האט ער געגנטפערט, איך הייס שמואל וואזנער.

פרעגט איהם ר' מאיר, און פארוואס זיצטו דא אין באן סטאנציע און לערענטסט?

זאגט ער, איך בין געקומען צו לערענען און די ישיבה פון ר' מאיר שפירא, אבער מען האט מיר נישט אנגענומען.

זאגט איהם ר' מאיר, נא נא נא, דו קומסט מיט מיר, עס איז מיין ישיבה איך בין ר' מאיר און דו ביזט שוין אנגענומען אין די ישיבה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:15 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געהערט אז ר' מאיר האט איהם אמאל געטראפען לערנען ביינאכט לאור הלבנה און ער האט איהם געגיבען א ברכה ער זאל האבן א געזונטע ראיה און קיינמאל נישט ברויכן קיין ברילן.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:21 pm
דורך Chuchem
מען האט געטראפען אן אינפעקציע נא להתפלל

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 2:22 pm
דורך קאווע טרינקער
Chuchem האט געשריבן: נא להתפלל

אז?

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 2:41 pm
דורך צדיק נסתר
קאווע טרינקער האט געשריבן:
Chuchem האט געשריבן: נא להתפלל

אז?

אז ער זאל געזונט ווערן

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:55 pm
דורך קאווע טרינקער
נאך 102 יאר, נצחו המצוקים.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:57 pm
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:נאך 102 יאר, נצחו המצוקים.


ברוך דין האמת. ס'שוין יו"ט דארט. הייסט די לוי' וועט זיין מארגן ביינאכט.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:01 pm
דורך אפטעמיסט
Wow כ'ווייס נישט פארוואס. כ'האב פארפעלט אן אטעם. רב וואזנער איז אוועק. שווער צו גלייבן.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך גלייב עס נאך אלס נישט. וויאזוי קען אזויפיל תפילות און תהילים איינרייסן גיין לריק? און אזא צדיק ווערט אוועקגעריסן צוואנציג יאר פאר די צייט?! זו תורה וזו שכרה?
:cry:

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:15 pm
דורך אפטעמיסט
ניין. אויף וואטסעפפ זאגט מען אז די שמועות זענען פאלש

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:22 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך דיין האמת,
תורה תורה חגרי פראק והתפלשי באפרים, עס איז יעצט אוועקגריסען דער בריק וואס האט פארבינדען אונזער דור יתום מיטן פריערדיגע דור פון איבער 100 יאר צוריק
בכלל זיין גדלות איז אויך געוועהן גאר פארצייטיש אין אפילו א דור צוריק אויך געוועהן א גרויסער חידוש ומי יתן לנו תמורתו
ב"ה כהאב געהאט די זכייה עם צו זעהן עטליכע מאל זיין לעכטיגע צורה
וי להאי שופרא דבלי בארעא.