בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:53 am
דורך רויטע וואנצעס
איך זיך א ספר וואס קען מיך לערנען בעיון.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:41 pm
דורך נבון
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך זיך א ספר וואס קען מיך לערנען בעיון.

עשרה מאמרות להרמ"ע מפאנו זצוקללה"ה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:24 pm
דורך ישבה בדד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך זיך א ספר וואס קען מיך לערנען בעיון.

ס'איז תלוי אין וואס פארא מצב . וואס איז דיין בעק ראנד .וואס האסטו שוין געלערנט . וואס פארא יסודות האסט דו שוין איין געקויפט .אין דער עיקר אין וואס האסטו א געשמאק .

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
נפש החיים

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
דעת תורה האט געשריבן:דו מיינסט מסתמא די "נשתכח" קרייזן. "רוב" גדולי החסידות איז א גוזמא.

גראדע ביי אונז האט מען אויך געלערנט חסידות אויפן שפיץ גאפל. טאפס פופצן מינוט. מ'האט נישט געלערנט ווי אין חב''ד בקביעות, שעות אויף שעות בכלל, און אפילו נישט מער ווי אביסל, און יעדעס מאל ארויסגענומען א פרישע קבלה פון וואס מ'האט געלערנט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:35 pm
דורך big joe
מגן אברהם פון טריסקע מגיד איז א גוט ספר אויב איינער וויל אנהייבן צו פארשטיין תורת החסידות
For beginners

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:00 pm
דורך מנשה לוסטיג
די עיקר דרך חסידות ליגט אין די ערשטע ספרים, מאור עינים, אור החיים הק' און תולדות יעקב יוסף.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:51 pm
דורך סאו וואט
זייט ווען איז אוהחה"ק א חסידיש ספר?
המחבר היה ספרדי טהור?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
קודם כל, חסידות האט נישט מיט אשכנזים, און די שפראך און גאנג איז אין אור החיים הק' גענוי די חסידישע גאנג, טראץ וואס עס איז אפציעל א פירוש על התורה.
און בעיקר, די נאנטשאפט אין נשמות וואס האט געהערשט צווישן דעם הייליגן בעל שם און רבינו חיים בן עטר, איז די פאקט אז ס'איז א חלק פון חסידות, נאכדערצו נאך וואס דער הייליגער חיד''א האט זיך אויסגעדרוקט עטליכע דברי יסוד דערוועגן, ווי למשל, אז ווען ער וואלט געזען דער מאור עינים'ס ספר פריער, וואלט ער א שיינעם חלק פון זיינע ספרים נישט מחבר געווען.
און ביי אונז דארף עס נישט קיין הסבר באמת, ס'איז א מסורה, אז די דריי, מאו''ע אוה''ח און תולדות זענען כלי ראשון פון חסידות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:25 pm
דורך big joe
@מנשה לוסטיג, שיינע מעשיות ותו לא!!!!


דאס תורת (ובתוכו די דרך) החסידות האט די בעשט מחדש געווען


"נאנטשאפט פון נשמות" סארי כ'קויף נישט


מאו''ע איז נישט געווען קיין תלמיד פונעם בעשט


"און ביי אונז דארף עס נישט קיין הסבר באמת, ס'איז א מסורה" זיכער פארקויפט מען אין סקווירא אז די דריי עיקרים זענען מאו''ע אוה''ח און תולדות

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:28 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווער דען זענען די כלי ראשון ביי דיין מסורה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:30 pm
דורך big joe
כלי ראשון איז נאר די מגיד מיט ר' צבי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:33 pm
דורך מנשה לוסטיג
די פאקט איז דאך אבער אז ס'נישט די עיקר לימוד אין די ספר וואס איז פארהאנען פון מגיד
מוז זיין א מסורה דערין, און מיר האבן דעם מסורה, האסטו א צווייטע, אדער סתם די 'קויפסט נישט'.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:39 pm
דורך big joe
חב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)
רוז'ין פאר די וואס זיכען א מסורה (טאטע זוהן) ביזן מגיד


קען מיר איינער ווייזן א שטיקל מאו''ע וואס איז מסביר חסידות מהי?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:50 pm
דורך ונבנתה העיר
big joe האט געשריבן:חב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)

די גוטע קעפ כאפן אליין אז עס האט עפעס מיט תפילין בחוה"מ און מקוה בשבת... :D

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:59 pm
דורך big joe
@ונבנתה העיר, די תפילין מיט מקוה ביישפילן זענען געווען פועל יוצא'ס פונעם דרך נישט די עיקר

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:01 pm
דורך big joe
די עיקר איז אז די בעש''ט האט געזעהן אז די אלטע סיסטעם ארבייט נישט פאר רוב ציבור האט ער עס געטוישט. די עצם שינוי איז די חידוש

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:46 pm
דורך קאווע טרינקער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די עיקר דרך חסידות ליגט אין די ערשטע ספרים, מאור עינים, אור החיים הק' און תולדות יעקב יוסף.

האסט אויסגעלאזט ליקוטי מהר"ן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:46 pm
דורך קאווע טרינקער
big joe האט געשריבן:די עיקר איז אז די בעש''ט האט געזעהן אז די אלטע סיסטעם ארבייט נישט פאר רוב ציבור האט ער עס געטוישט. די עצם שינוי איז די חידוש

געטוישט? יעצט איז שוין גוט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:48 pm
דורך קאווע טרינקער
big joe האט געשריבן:חב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)

קען מיר איינער ווייזן א שטיקל מאו''ע וואס איז מסביר חסידות מהי?


אזעלכע שטותים צו רעדן ?!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:51 pm
דורך קאווע טרינקער
מנשה לוסטיג האט געשריבן: נאכדערצו נאך וואס דער הייליגער חיד''א האט זיך אויסגעדרוקט עטליכע דברי יסוד דערוועגן, ווי למשל, אז ווען ער וואלט געזען דער מאור עינים'ס ספר פריער, וואלט ער א שיינעם חלק פון זיינע ספרים נישט מחבר געווען.

נו, חיים אדם לומר בלשון רבו! "דער אזולאי ברענגט בשם דעם טאטן זכרונו לברכה.."

און בד"וו, וואו שרייבט דער אזולאי אזעלכע שטותים ?

מנשה לוסטיג האט געשריבן:און ביי אונז דארף עס נישט קיין הסבר באמת.

:lol: :lol:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:53 pm
דורך big joe
קאווע טרינקער האט געשריבן:
big joe האט געשריבן:חב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)

קען מיר איינער ווייזן א שטיקל מאו''ע וואס איז מסביר חסידות מהי?


אזעלכע שטותים צו רעדן ?!


פארוואס שטותים????

מאו''ע איז א חסידיש ספר, אבער ער איז נישט מסביר די דרך החסידות אשר ילכו בו

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:58 pm
דורך big joe
קאווע טרינקער האט געשריבן:
big joe האט געשריבן:די עיקר איז אז די בעש''ט האט געזעהן אז די אלטע סיסטעם ארבייט נישט פאר רוב ציבור האט ער עס געטוישט. די עצם שינוי איז די חידוש

געטוישט? יעצט איז שוין גוט?


עס איז געווען גוט, יעצט ווארט מען אויף א נייע בעש''ט

פארן בעש''ט האבן רוב אידן געמיינט אז אידישקייט איז נאר פאר די יחידי סגולה און נאר פון זיי שעפט גאט נחת. די בעש''ט האט דאס געטוישט דהיינו "די נחת רוח וואס גאט האט פון א פראסטע דארפס אידס שמחה איז גרעסער ווי...''

יעצט איז געקומען די צייט פאר א נייע בעש''ט צו טוישען די סיסטעם נאכאמאהל