בלאט 2 פון 8

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:09 am
דורך petergrifin
קאווע טרינקער האט געשריבן:טויזענטער איז מן הסתם א גוזמא, אינאלענפאלס, זאלן די וואס נעמען אן דעת האוסרים פארקויפען זייערע דירות פאר צד המתירים ושלום על ישראל.


ס׳איז נישט אזוי פשוט מע׳רעדט דאך דא פון די מידעל איסט :D

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:39 am
דורך יאיר
שאלה: אויב מ'וועט חלילה יא בויען די בנינים, ווי אזוי וועלן די מתים אויפשטיין תחיית המתים, זיי וועלן ארויסגיין פון די קברים אריין אין די דירות?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:43 am
דורך נאר,,פרייליך
קאווע טרינקער האט געשריבן:זאלן די וואס נעמען אן דעת האוסרים פארקויפען זייערע דירות פאר צד המתירים ושלום על ישראל.
[center][/center]
דאס יא בויען און נישט בויען במקום קבורת מתים איז נישט תלוי בדעת הקונים המוכרים הקבלנים וכו' והא ראי' די גדולים ווי הרב מ'בריסק ועוד האבען זיך געשלאגען אויף שמירת הקברים אין פרייע געגנטער ווי ס'איז זיכער געווען די דעת הקונים לפחות וויפיל די מתירים האלטען דא.
אדרבה די קונים וואס האבען אינטערעס אויסצורייסען די קברים זענען חשוד אין זיין נוגעים בדבר.
-------
אין אנדערע נייעס איז א חידוש אז דער נייעס באריכט וואס ערשיינט אין אמעריקא נעמט א צד אין די נושא און דעקט גאר שטארק די בעלי מסי''נ וואס זענען לוחם בעד שמירת הקברים.
ס'קוקט אויס אז די צד האוסר האט א שטארקער אנערקענונג ביי די רעכט דענקענדע מענטשען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:55 am
דורך דעת תורה
קיין שום חידוש. די "צייטונג" בעקט אתרא קדישא לאורך כל הדרך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:59 am
דורך נאר,,פרייליך
דעת תורה האט געשריבן:קיין שום חידוש. די "צייטונג" בעקט אתרא קדישא לאורך כל הדרך.

אבער צום ערשטען מאל וואס די עבודה בראשות הראב''ד ווערט אזוי געדעקט מיט א שטארקייט דעם דעת האוסר.
ובפרט אז זיין השקפה שרייבער ב. טויב זאל נאך האבען א דריסת הרגל נאך אזעלכע דרשות דאס איז גאר גרויס נייעס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 9:25 am
דורך קאווע טרינקער
יאיר האט געשריבן:שאלה: אויב מ'וועט חלילה יא בויען די בנינים, ווי אזוי וועלן די מתים אויפשטיין תחיית המתים, זיי וועלן ארויסגיין פון די קברים אריין אין די דירות?

מסתמא נישט שייך למעשה, ווייל כ'האב אן הרגשה אז די בעלי דירות זענען גלגולים פון די וואס זענען באגראבן דארט, ממילא איז היינו הך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 9:43 am
דורך outspoken
איצט געווארפען פאשקעווילן אין וויליאמסבורג אקעגן אברהם סלאנים און אויפן ראב''ד שליט''א, למעשה מיין איך אז ס'האט א פארקערטע אפעקט, אז אברהם סלאנים איז אזא נידריגע אזוי ווי די ראב''ד שליט''א אפשר איז ער טאקע אזא גדול ווי די ראב''ד שליט''א ..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:02 am
דורך נאר,,פרייליך
outspoken האט געשריבן:איצט געווארפען פאשקעווילן אין וויליאמסבורג אקעגן אברהם סלאנים און אויפן ראב''ד שליט''א, למעשה מיין איך אז ס'האט א פארקערטע אפעקט, אז אברהם סלאנים איז אזא נידריגע אזוי ווי די ראב''ד שליט''א אפשר איז ער טאקע אזא גדול ווי די ראב''ד שליט''א ..

דערווייל פרובירט נאך סלונים צו באקומען דעקונג אז ער געהער נישט צו די מחטטי שכבי כדאי צו קענען אהערשטעלן זיין שטח פאר'ן היימישען ציבור און די ציבור פין דגל התורה זאל וואוינען ביי די געגראבענער שטח
דערווייל זעהט נאך אויס אז דער מתווך קעסטנבוים העט נאך פרובירען צו שאפען דעקונג פון אתרא קדישא פאר א. סלונים אז ער איז נישט צווישען די מחטטים
נאדער די פרסומת היינט אין אמעריקא
https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 21/photo/1

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:33 am
דורך סאשי פיש
די פאשקווילען היינט אין וויליאמסבורג!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:43 am
דורך סלינקי
וואס איז די דין מיט א רודף?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:48 am
דורך טעפל
סלינקי האט געשריבן:וואס איז די דין מיט א רודף?

וואס הייסט וואס מ'מעג איהם הארגענען כמבואר ברמב"ם הלכות רוצח ושמירת הנפש.
די וויליאמסוברע פאשקוויל ווארפער האבען בפירוש געפאסקענט אז מ'מעג איהם הארגענען..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:11 pm
דורך [NAMELESS]
די פאשקעווילן זענען זייער זיס, קודם לאמיר קענען דעם רעפארמער און דעם רודף:

ווער עס קען די עולם העסקנות איז רבי אברהם סלונים דער עמוד החסד בדורנו, ער טיילט אויס שווערער מיליאנען דאלארן יערליך, ער האט א גמ"ח פון צענדליגער מיליאנען און אלע עשירים גלייבן אים מיט צוגעמאכטע אויגן, הערשל שרייבער אליין האט ליגן אין זיין גמ"ח קרוב צו צוואנציג מיליאן דאלאר וואס ער בארגט אויס פאר אידן אין ארץ ישראל. ער מאכט חתונה אלמנות ויתומים (ווי איר האט מסתם אנגעמערקט, אין ארץ ישראל איז דא טויזנטער און מיליאנען אלמנות ויתומים, יעדע ארגענאזאציע מאכט חתונה אלמנות ויתומים, אבער שוין, מערעדט דאך) אברהם סלונים איז מסתמא דער מערסט ארויפגעקוקטער ירושלימער איד אין היינטיגן דור, ער איז א זון פון רבי יודל סלונים בנו של רבי מאטל סלאנימער פון טבריה. ער איז א גרויסער עובד און א בר דעת מענטשן רעדן זיך דורך מיט אים, און איידעלערהייט האט ער זייער אסאך מאכט אין זיין האנט.

רבי משה שטערנבוך איז טאקע אביסל א מאדנע פארשוין, אבער ער שפילט שוין אין די ליגע פון די גדולי הגדולים פאר פערציג יאר! זיינע ספרים ליגן אין יעדע ספרים שאפע, און אין די צייט וואס דער אנטווערפענער מו"צ קווענקלט איבער א בדיקה שמאטע האט דער האלב קוריאזער עילוי שוין ארויסגעגעבן פרישע אכט בענדער ספרים. די נאמען רבי משה שטערנבוך איז א ברענד נעים פאר אסאך יארן און ער איז דער איינציגסטער איד וואס איז אבאוו עוורידזש תלמיד חכם אין די עדה, אלע אנדערע זענען פיינע מוצ"ן, גוטע מגידי שיעורים אין חשובע ישיבה גדולה'ס, אבער דעטס איט, ער איז דער איינציגער מיתר הרפאים.

ווער זענען די חולקים אויפן בעל מועדים וזמנים:

דער אנטווערפענער מו"צ איז אן איידלקייט פון א איד, אבער, א שוואכיטשקער אידל', א גוטער וושט קראצער וואס קען נישקשה'דיג אפלערנען א מחצית השקל, און דארף נאכאמאל געבוירן ווערן צו פארשטיין וואס שטערנבוך איז מחדש. יא, דער ראב"ד איז א מאדנע בריאה, מען קען אים נישט אויסרעכענען, די סימבאל אויף זיינע ספרים איז א בוך און אויף דעם א שטערן, לרמז על השם שטערנבוך..... און ער שרייבט איבער די נסי מלחמת ששת הימים פאר ער איז געווארן א קנאי, אבער ער איז א באמבע און א קנאק, טויזנט מאל מער ווי דעם טייערן רבי יצחק טובי'לע.
די איבעריגע חברה, יוראוויטש, ראזנבערגער, וכו', זענען פיינע אידן וואס לערנען אור החיים הקדוש יעדע וואך, לערנען יעדן טאג דעם חק, זיי געדענקען הלכות ברכת הפירות און עונת אור זרוע, קענען נאכזאגן א ווארט פון רבי'ן רבי מענדעלע און ווייסן אז די רביצין נחמה'לע האט געוואוינט אין צאנזער רב'ס הויז ממש ביזן קריג, אבער זיך צו קריגן מיט רבי משה שטערנבוך? ווי וואס ווען?

רבי דוד שמידל ציטער איך צו רעדן ער איז דאך א שליח פונעם חפץ חיים און חזון איש. די ליצנות איז גרויס, ווי מנשה פילאף און מלך שטערן שרייבן אויף שמידל אז ער איז א חד בדרא און א שליח פון חזון איש. ער איז געווען צוואנציג יאר ווען דער חזון איש איז נפטר געווארן, וואס האקן זיי אין קאפ אריין? ער איז א פרומער איד, אן עקסטרעמיסט, א משוגע לדבר אחד פון קברים.

איך וועל נישט מאריך זיין ווייל עכט איז עס מאראנצן זאפט'ס מומחיות צו מתאר זיין מהותי בני אדם.

אלזא די פאשקעווילן זענען זייער זיס. די קאאליציע פון מנשה פילאפ-ר' חיים הערש טייטלבוים (וואס זיצט דארטן ביי די קברי השופטים ממש ווי דער רבי זכרונו לברכה מיט די הענט משולבים ד' מאות פרסה למעלה ממקום החגורה, מיט א פנים פון אלי ציון ועריה) צימערמאן- מלך שטערן און נחום אטיק איז חי וקיים, יחי השגעון !

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:22 pm
דורך שמו יגער
מסכים אז הגאון רב משה שטערנבוך פאקט זיי אלע איין אין תורת הנגלה.... אבער די צד שכנגד טענה׳ט אז דא איז עס נישט אזוי שטארק מיוסד אויף הלכה ממש נאר מען דארף זיין א שטיקל קנאי,לפנים משורת הדין, אנטי-ציוני ועוד ועוד ביי אזעלכע פעלער ווי גראבן קברים. אין צו דעם טויגן דע אנדערע חברי העדה החרדית בעסער...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:42 pm
דורך זלמן זאפיר
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:זאלן די וואס נעמען אן דעת האוסרים פארקויפען זייערע דירות פאר צד המתירים ושלום על ישראל.
[center][/center]
דאס יא בויען און נישט בויען במקום קבורת מתים איז נישט תלוי בדעת הקונים המוכרים הקבלנים וכו' והא ראי' די גדולים ווי הרב מ'בריסק ועוד האבען זיך געשלאגען אויף שמירת הקברים אין פרייע געגנטער ווי ס'איז זיכער געווען די דעת הקונים לפחות וויפיל די מתירים האלטען דא.
אדרבה די קונים וואס האבען אינטערעס אויסצורייסען די קברים זענען חשוד אין זיין נוגעים בדבר.
-------
אין אנדערע נייעס איז א חידוש אז דער נייעס באריכט וואס ערשיינט אין אמעריקא נעמט א צד אין די נושא און דעקט גאר שטארק די בעלי מסי''נ וואס זענען לוחם בעד שמירת הקברים.
ס'קוקט אויס אז די צד האוסר האט א שטארקער אנערקענונג ביי די רעכט דענקענדע מענטשען.



אתרא קדישא קוקט אויס גוט צישרויפט אז די חיזוק איז אז אלבערט פריעדמאן דעקט זיי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:52 pm
דורך berlbalaguleh
שמו יגער האט געשריבן:מסכים אז הגאון רב משה שטערנבוך פאקט זיי אלע איין אין תורת הנגלה.... אבער די צד שכנגד טענה׳ט אז דא איז עס נישט אזוי שטארק מיוסד אויף הלכה ממש נאר מען דארף זיין א שטיקל קנאי,לפנים משורת הדין, אנטי-ציוני ועוד ועוד ביי אזעלכע פעלער ווי גראבן קברים. אין צו דעם טויגן דע אנדערע חברי העדה החרדית בעסער...

יא. אבער דעם שולחן ערוך און די נושאי כלים האט נישט ר' עמרם בלוי געשריבן, נאר דער בית יוסף וסייעתו. נאך. דער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אן ענליך ווארט איבער א גאון עצום וואס איז נאכנישט געווען באוואוסט אלס עקסטרעמער קנאי. " א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט. אבער א גאון נישט".

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 1:02 pm
דורך שמו יגער
על ראשון ראשון. רבי עמרם האט טאקע נישט געשריבן די שולחן ערוך אין דערפאר האב איך געזאגט אז דאס קען רב שטערנבוך די בעסטע, אבער נאר אויף צו געבן א פסק וכדומה. אבער דארט ווי עס פארלאנגט זיך מער קנאות ( so to speak .......) קענען זיי די מלאכה בעסער. אין בנוגע דאס ווארט פון רבי׳ן טענה׳ן זיי אז מווארט אין מווארט אין זעט אויס אז ער האלט נאך אלץ נישט ביים ווערן ״זייערס״ א קנאי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 1:59 pm
דורך בדחן
[tag]קופערניקעס[/tag] נא... אביסל זיך צירוק האלטן.. עס איז פארט אלול און ווי נישט ווי זענען ביידע זייטען שותומצ״ו, עס איז א שטארקע ווייטאג ווי אזוי די מצב דארט זעט אויס, עס איז ממש לא יאומן כי יסופר וואס גייט יעצט פאר אין אר״י, איך באקום מחשבות זרות צי די אלע ענליכע מלחמת קודש וואס מען האט געפייט צענדליגער יאר צירוק בעפאר עס איז געווען אינטערנעט צו עס עס האט נישט געהאט די זעלבע פנים..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:10 pm
דורך [NAMELESS]
outspoken האט געשריבן:איצט געווארפען פאשקעווילן אין וויליאמסבורג אקעגן אברהם סלאנים און אויפן ראב''ד שליט''א, למעשה מיין איך אז ס'האט א פארקערטע אפעקט, אז אברהם סלאנים איז אזא נידריגע אזוי ווי די ראב''ד שליט''א אפשר איז ער טאקע אזא גדול ווי די ראב''ד שליט''א ..


לידיעה בעלמא: סלאנים איז מער איש מכובד ווי ראבד. עס באדערט מסתם מער צאלמערס אז מען טשעפעט אברהם סלאנים ווי מען טשעפעט דעם יוהאנעסבורגער ראבד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:48 pm
דורך שעפטל
berlbalaguleh האט געשריבן: דער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אן ענליך ווארט איבער א גאון עצום וואס איז נאכנישט געווען באוואוסט אלס עקסטרעמער קנאי. " א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט. אבער א גאון נישט".

דאס האט די סאטמאר רב ז"ל געזאגט ווען מ'האט געברענגט דעם גאב"ד בעל מנחת יצחק ז"ל פון מאנטשעסטער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:42 pm
דורך יצמחפרקני
[justify][/justify]
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:קיין שום חידוש. די "צייטונג" בעקט אתרא קדישא לאורך כל הדרך.

אבער צום ערשטען מאל וואס די עבודה בראשות הראב''ד ווערט אזוי געדעקט מיט א שטארקייט דעם דעת האוסר.
ובפרט אז זיין השקפה שרייבער ב. טויב זאל נאך האבען א דריסת הרגל נאך אזעלכע דרשות דאס איז גאר גרויס נייעס


כ'האב געזעהן (געהערט) ווי איינער פרעגט דעם רעדאקטאר היינט, "וואס גייט פאר מיט ענק, שטעלט אייך פאר ווען איינער זאל רעדן אזוי ווי ענקער שרייבער אויפ'ן ראב"ד אין אמעריקע וואלט דאך געווען א וועלטס איבערקערעניש, מיט חתימות עד לב השמים"!
עס האט אויסגעזעהן ווי עס גייט אים אריין אין קאפ, ער זאגט אז די עקסטרעמע האבן א פייט צווישן זיך ווער עס קען זיין מער אויסגעשפראכן און צעווילדעוועט.
אבער רח"ל דו הייסט דאך א נארמאלער מענטש, ווילאנג קען מען נאר'ן דעם עולם, היינט איז אן אפענע וועלט אין 2 סעקונדעס רופט מען דעם חבר קיין ירושלים און מען הערט פונקטליך וואס עס טוט זיך דארט. מען קען זייער ווייניג מענטשן ארומפירן מיט שקרים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:13 pm
דורך נאר,,פרייליך
פרישע פאקטען אויפען פראנט:
די עטליכע רשעים וואס האבען דעם ראב''ד אזוי איינגעמיירעט אין ביטער'ן פעקל האבען דערגרייכט זייערע

 מוואלה בקו החשיפות; הקרע בעדה החרדית יוביל להדחת הגר"מ שטרנבוך, כתגובת נגד הוא יפתח בית דין משלו במימון אמריקאי - פיצול שיחליש את העדה החרדית.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:11 pm
דורך בדחן
נאר,,פרייליך האט געשריבן:פרישע פאקטען אויפען פראנט:
די עטליכע רשעים וואס האבען דעם ראב''ד אזוי איינגעמיירעט אין ביטער'ן פעקל האבען דערגרייכט זייערע

 מוואלה בקו החשיפות; הקרע בעדה החרדית יוביל להדחת הגר"מ שטרנבוך, כתגובת נגד הוא יפתח בית דין משלו במימון אמריקאי - פיצול שיחליש את העדה החרדית.


אויב עס איז אמת - מן הסתם נישט אמת - וועט ער לכאורה מיטנעמען די דריי גרעסטע קנאי׳שע קהלות אין אר״י תולדות אהרן, סאטמער מוהר״א, דושנסקי, די עדה וועט איבערבלייבען מיט סאטמער מוהרז״ל, תוא״י, (און אר״י גייט מוהר״א מיט תו״א אנדערש ווי דא אין אמעריקע)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:21 pm
דורך [NAMELESS]
נאך שמיץ וועש....