בלאט 2 פון 66

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 9:42 pm
דורך לבונה זכה
ווי קען מען האבן א working link צו די full episode פון 'שטיסל' פרק 3?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:50 am
דורך איך אויך
פרק 7.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:35 pm
דורך קורץ און שארף
דא איז א בעסערע לינק צו שטיסל פרק 7

http://www.dailymotion.com/video/x12ybq ... %A1_people

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:54 am
דורך לכבוד שבת קודש
בנוגע קיווע שטיסל:

איך זעה דא פארקומען א פראבלעם. די איינציגסטע מענטש פאר וועמען קיווע האט דערציילט איבער זיינע פעלשונגען אין מאלערייען, איז פאר זיין ערשטע כלה, וועמען ער האט איבערגעלאזט די שידוך. איך זעה פאר אז דאס וועט אים זיין א פראבלעם, ווען זי וועט זיך פאררעדן אדער אים וועלן אפטון בפועל.

עס איז אויך מעגליך אז קיווע האט בעצם מער ליב די ערשטע יונגע כלה, נאר ער קען זיך נישט ברענגען צו די אהבה. ווער עס האט געזען ווי אזוי שאלעם שטיסל לערנט אויס זיין זוהן עקיבא שמירת עינים אויפן באס, און דערנאך ווען קיווע קומט זאגן אז ער דארף גלעזער, אבער דער דאקטער זאגט אז ער זעט גוט. בפשטות איז דער פשט אז קיווע האט געוואלט האבן גלעזער, ווייל ער האט זיך געמוטשעט מיט שמירת עינים אויפן וועג (אזוי ווי מען זעט אין די ווידאו) און ער האט געהאפט אז מיט די גלעזער וועט עס אים גרינגער גיין. ס'קוקט אויס אז קיווע איז געדעמעדזשט געווארן אין מח און דערפאר איז די יונגע שיינע כלה געווען צו שיין פאר אים, און ער האט ענדערש געוואלט אלישבע די אלמנה.

מיט ליפא, וואס איז אנטלאפן און אפגעלאזט תורה ומצוות, קוקט אויס אז רחומי וועט לוחם זיין קעגן דעם טאטן אירע מיט ציין און נעגל, בשעת די יונגל וועט האבן א געפיל צום טאטע'ן, וויבאלד ער האט אים כלומר'שט געשיקט בריוו און ארויסגעהאלפן (בשעת אין אמת'ן איז עס געווען רחומי). דער סוף וועט זיין, אז ווען רחומי וועט זיך אפקערן פון אידישן וועג (אזוי ווי עס קוקט יעצט אויס, אז זי איז אויפן וועג אראפ), וועט יעדער באשולדיגן רחומי און טענה'ען אז די אלע לשון-הרע וואס זי זאגט אויף איר טאטע איז נישט אמת, והראיה - זי איז אפגעפארן. בשעת דער אמת איז אז דער טאטע איז שולדיג אין די גאנצע מעשה.

אזוי קוקט עס יעצט אויס, ונזכה ונחיה ונראה וואס עס וועט זיך אויסקאכן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:29 am
דורך טעפל
זייער גוטע הערות, אבער אז דו ווילסט רעדען מיט קיווענען קענסטו בעסער רעדן צום לאמפ, ענדערש רעדט מיט ר' אורי אלון אדער מיט ר' יהונתן אינדורסקי זיי זענען די שרייבער'ס פון דעם, בדרך אגב ס'איז נישט קיין אמתע מעשה.. ;)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:20 am
דורך outspoken
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:

מיט ליפא, וואס איז אנטלאפן און אפגעלאזט תורה ומצוות, קוקט אויס אז רחומי וועט לוחם זיין קעגן דעם טאטן אירע מיט ציין און נעגל, בשעת די יונגל וועט האבן א געפיל צום טאטע'ן, וויבאלד ער האט אים כלומר'שט געשיקט בריוו און ארויסגעהאלפן (בשעת אין אמת'ן איז עס געווען רחומי). דער סוף וועט זיין, אז ווען רחומי וועט זיך אפקערן פון אידישן וועג (אזוי ווי עס קוקט יעצט אויס, אז זי איז אויפן וועג אראפ), וועט יעדער באשולדיגן רחומי און טענה'ען אז די אלע לשון-הרע וואס זי זאגט אויף איר טאטע איז נישט אמת, והראיה - זי איז אפגעפארן. בשעת דער אמת איז אז דער טאטע איז שולדיג אין די גאנצע מעשה.

אזוי קוקט עס יעצט אויס, ונזכה ונחיה ונראה וואס עס וועט זיך אויסקאכן.


די מיינסט צו זאגען ליפא וועט צירוק קומען, וועט זיין א שיינע איד כאילו לא היה, סוכ''ס האט ער זיך אויסגעגעבען זיין תאוות, זיין אשת חיל וואס איז געווען אביוזט אלע יארן פון א שווערע קאריוזע טאטע, טאנצט אים נאך מודים מודים, און אלעס ארבעט טאקע גוט מיטן ''סיסטעם'', נאר איין אינג קלוג מיידעל וואס האט מיט איר שוואכע האנט, אבער קלוגע פארשטאנט אינטערגעהאלטען די משפחה פון אריינגין אין א מענטעל אינסטיטושען, וועט זיין אביסל קלוגער פונם ''סיסטעם'' וועט נאך זיין די ''הכוזונה יעשה את אחותינו''.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:51 am
דורך בן תמליון
לכבוד איך בין מחולק מיט דיר אז קיווע'ס אבסעסיסע מיט אלישבע קומט פון דעמעזש אין זיינע ליבע עמאציעס, אדרבה ער איז מער ערוואקסן ווי א טיפיקל בחור וואס איז העפי מיט די מיידל ווטס מען שטופט איהם צו, האט חתונה און ווערט א טאטע. קיווע איז געפאלן און ליבע מיט אלישבע, דאס וויל ער נישט קיין חילוק די באגאזש וואס זי שלעפט מיט זיך. ער וויל איר ווייל ער ליבט איר און עכטע ליבע איז קאמפליצירט און א ווילדע נסיעה. די קליינע בעיבע אסתי האט ער נישט ליב ער וויל נישט שפילן הויז ער וויל דאס ריכטיקע.

איך מיין אויך פארקערט אז רוחמי וועט זיין די קלוגע וואס וועט וויסן ווי צו האנדלען דעם טראבלד טאטע ליפא'לע בעת די מאמע מיט די איבריקע וועלן שרייען שייגעץ ארויס. ונזכה ונחיה ונראה.

אין דעם לעצטן עפיזאדע 7 איז דא א גרויס עולה לדעתי, אין דעם ארט גאלארי זעט מען א מאלעריי פון מהר"א מסאטמאר און נישט פון זיין ברודער. קודם וואס איז די שכל צו נעמען א צד אין די מחלוקה? און וויאזוי איגנארירט מען א גאנצע עדה קדושה די בעסערע העלפט פון סאטמאר?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:57 am
דורך טעפל
בן תמליון האט געשריבן:אין דעם לעצטן עפיזאדע 7 איז דא א גרויס עולה לדעתי, אין דעם ארט גאלארי זעט מען א מאלעריי פון מהר"א מסאטמאר און נישט פון זיין ברודער. קודם וואס איז די שכל צו נעמען א צד אין די מחלוקה? און וויאזוי איגנארירט מען א גאנצע עדה קדושה די בעסערע העלפט פון סאטמאר?

נו? מען זאגט דאך אלעמאהל אז פונעם בעסטען קינד האט מען פארגעסן..
דרך אגב און א שמואס מיט קיווע זאגט ער אז ער האט שוין פארגעהאלטען זיין בעה"ב, און ער וועט נעמען שריט אויף ווייטער, אבער קודם זאל קיווע מאכען זיין "דיוקן עצמי" דענאך וועט מען רעדען ווייטער..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:12 am
דורך קרעקער
מבח"ח
שולם שטיסל כמו כל צ'אלמער אמיתי הוא יהודי חביב (עם חוש הומור מקורי של צ'אלמרעס) שמרגיש בעיני עצמו לפחות כאדם חכם ובעל נסיון חיים עשיר אבל בפועל הוא מתגלה כאדם שעולמו צר כעולם הנמלה ממש כמו עולמם של ילדי החייידר המתוקים אותם הוא מחנך יובל שנים וכאדם אנטיפט שלא מביע רגשות ובעיקר לא מתעמק ברגשות כי פשוט אינו יודע רגש מהו (כך לדוגמא איך שהוא שומע רמקול שמודיע על הלוויה של חברו המלמד הוא קופץ משמחה על העובדה שבנו יקבל כעת משרה) כאשר שיחת הנפש הכי עמוקה שהוא מסוגל לנהל היא על הטעם של הקיגעל או הצו'לנעט או הריח של הטאבק שמצליחים להביא לו ברק לעיניים, ומאידך למשל כאשר ילדיו או אנשים אחרים מנסים לנהל אתו דיאלוג או שיחת נפש הוא פוטר אותם במונולוג החרדי הידוע "נו נו" במבט מלא חשיבות עצמית וחוזר לשגרת חייו המשמימה.

ובקיצור, שולם שטיסל הוא ההתגלמות האותנטית של הצ'אלמער (שזכיתי להכיר אישית) שמסוגל לעבוד בבוקר בח"ק כשוטף גופות ומבלי שום בעיה מיוחדת לנגן בשעות הערב בחתונות בקלרינט במקרה הטוב, או להרביץ סעודה דשינה בתוך החדר מתים ממש במקרה הפחות טוב...

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:43 am
דורך מורינו הרב
outspoken האט געשריבן:
די מיינסט צו זאגען ליפא וועט צירוק קומען, וועט זיין א שיינע איד כאילו לא היה, סוכ''ס האט ער זיך אויסגעגעבען זיין תאוות, זיין אשת חיל וואס איז געווען אביוזט אלע יארן פון א שווערע קאריוזע טאטע, טאנצט אים נאך מודים מודים, און אלעס ארבעט טאקע גוט מיטן ''סיסטעם'', נאר איין אינג קלוג מיידעל וואס האט מיט איר שוואכע האנט, אבער קלוגע פארשטאנט אינטערגעהאלטען די משפחה פון אריינגין אין א מענטעל אינסטיטושען, וועט זיין אביסל קלוגער פונם ''סיסטעם'' וועט נאך זיין די ''הכוזונה יעשה את אחותינו''.


איך פארשטיי וואס דו ווילסט מרמז זיין, אבער פארט איז אין הנידן דומה לראיה, און לאמיר נישט פארפארן דא די שמועס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:00 pm
דורך לכבוד שבת קודש
בן תמליון האט געשריבן:
איך מיין אויך פארקערט אז רוחמי וועט זיין די קלוגע וואס וועט וויסן ווי צו האנדלען דעם טראבלד טאטע ליפא'לע בעת די מאמע מיט די איבריקע וועלן שרייען שייגעץ ארויס. ונזכה ונחיה ונראה.



איך גלויב נישט אז עס וועט זיין אזוי. איך בין ביי דער מיינונג אז די מאמע איז פארקויפט פארן טאטע'ן, אפגעזען וואס ער טוט נאר, זי וועט אים אלעמאל בעקן, אבער רחומי וועט זיך שלאגן מיט אים, קעגן די מאמע און מעגליך קעגן די ברודער.

אבער וואס זאל מען זיך דינגען, עמער זען ווען די צייט וועט קומען.

נאך א נקודה למחשבה - קען זיין אז איך בין נישט גערעכט:
די רויבעריי וואס איז פארגעקומען אויף די מאמע, קוקט מיר עפעס אויס אז קיוועס האנט ליגט דערין, מיט א כוונה תחילה אז זי זאל סטאפן מיט די דזשאב. ווען איך האב געזען די רויבער האב איך תיכף דערקענט קיווע, איך האב נישט געכאפט וואס טוט זיך דא, איך האב געמיינט אז ער מאכט עפעס א טריק פאר זיין שוועסטער. אויב דאס איז אמת, פארשטייט מען זייער גוט פארוואס דער רויבער איז געקומען מיט א דזשולעט אין האנט אנשטאט אן ערנסטן מעסער אדער רעוואלווער, מיטן קלארן וויסן אז די שוועסטער וועט אים פארטרייבן פון דארט.

נאך א נקודה למחשבה, אדער א נקודה לדמיון (די צייט וועט זאגן דעם אמת):
לויט ווי מיר קוקט אויס, גלויבט נישט ליפא אמת'דיג אז זי האט אליין פארטריבן דעם רויבער. דא איז פאראן א מקום פאר ליפא חושש צו זיין אויף בגידה - א זאך וואס קען שפעטער שפילן א שטיקל ראלע אין די קומענדיגע געשיכטע.

אדער יא, אדער ניין.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:08 pm
דורך בן תמליון
איך הייב נישט אן פארשטיין, פארוואס האט קיווע געמאכט דעם האלדאפ? פארוואס זאל זי אפלאזן דעם זשאב? ביזט זיכער עס איז ער? איך האב איהם נישט דערקענט.

אגב די וועג ווי זי שרייט איהם נאך מנוול הלואי שיחתכו לך הזקן איז צוקער זיס. אויך ווי שולעם טראגט אריין די קינדער אין אפיס צו זאגן קאפיטל ק"ל איז עפעס נישט פשוט זיס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:15 pm
דורך outspoken
מורינו הרב האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:
די מיינסט צו זאגען ליפא וועט צירוק קומען, וועט זיין א שיינע איד כאילו לא היה, סוכ''ס האט ער זיך אויסגעגעבען זיין תאוות, זיין אשת חיל וואס איז געווען אביוזט אלע יארן פון א שווערע קאריוזע טאטע, טאנצט אים נאך מודים מודים, און אלעס ארבעט טאקע גוט מיטן ''סיסטעם'', נאר איין אינג קלוג מיידעל וואס האט מיט איר שוואכע האנט, אבער קלוגע פארשטאנט אינטערגעהאלטען די משפחה פון אריינגין אין א מענטעל אינסטיטושען, וועט זיין אביסל קלוגער פונם ''סיסטעם'' וועט נאך זיין די ''הכוזונה יעשה את אחותינו''.


איך פארשטיי וואס דו ווילסט מרמז זיין, אבער פארט איז אין הנידן דומה לראיה, און לאמיר נישט פארפארן דא די שמועס.

100%גערעכט, כהאב נאר געניצט די אויסדריק, ואכמ''ל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:04 pm
דורך געפילטע פיש
בן תמליון האט געשריבן:איך הייב נישט אן פארשטיין, פארוואס האט קיווע געמאכט דעם האלדאפ? פארוואס זאל זי אפלאזן דעם זשאב? ביזט זיכער עס איז ער? איך האב איהם נישט דערקענט.

עה, ס'נישט קיווע, ס'נישט דא קיין שום אינדיקאציע אז ער זאל האבן עפעס קעגן זיין שוועסטערס צ'יינג', אדער אז ער זאל דארפן די געלט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:30 pm
דורך לכבוד שבת קודש
בן תמליון האט געשריבן: ווי שולעם טראגט אריין די קינדער אין אפיס צו זאגן קאפיטל ק"ל איז עפעס נישט פשוט זיס.


יא, דאס איז גוט...
שטעל דיר פאר א וויליאמסבורגער מלמד זאל עס טון צו זיין מנהל...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:36 pm
דורך גדעון
געפילטע פיש האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:איך הייב נישט אן פארשטיין, פארוואס האט קיווע געמאכט דעם האלדאפ? פארוואס זאל זי אפלאזן דעם זשאב? ביזט זיכער עס איז ער? איך האב איהם נישט דערקענט.

עה, ס'נישט קיווע, ס'נישט דא קיין שום אינדיקאציע אז ער זאל האבן עפעס קעגן זיין שוועסטערס צ'יינג', אדער אז ער זאל דארפן די געלט.

ס'איז דער זעלבער וואס האט ממש פארדעם געטוישט די געלט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:03 pm
דורך געפילטע פיש
מ'סתמא, אדער איינער וואס ארבעט צוזעמען מיט עם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:34 pm
דורך לכבוד שבת קודש
וואס זאגט איר צו די זיסע באבע, וואס איז אדיקטעט געווארן צו די טעלעוויזיע אויף די עלטער? - ווי אזוי זי דערציילט נאך זאכן פון די טעלעוויזיע אויף אידיש...

זי איז זיס... זי פארלאנגט אז מען זאל איר ארגאניזירן א גאלדענע חתונה (איר מאן איז שוין אין הימל), אבער עס מוז זיין א סורפרייז, זי זאל נישט וויסן פון דעם... פיינע נייעס. זי ארגאניזירט אלעס, אבער עס מוז זיין א סופרייז.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
יא, איך ווער דאס מערסטע נתפעל פון די באבע, ס'איז אזוי טבעי, און אזוי היימיש, גלייבט מיר, זי איז א אקטיאר'סקע.. [נו אוודאי אזוי.. אבער אזוי גוט?]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:55 pm
דורך outspoken
מנשה, כ'האלט אז די וואלסט געווען א גוטע עקטאר דארט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:57 pm
דורך טעפל
outspoken האט געשריבן:מנשה, כ'האלט אז די וואלסט געווען א גוטע עקטאר דארט.

יא,ליפא איז שוין דארט..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:05 pm
דורך מנשה לוסטיג
הלוואי, איך בין רעדי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:10 pm
דורך לכבוד שבת קודש
שוין, אז מנשה איז דא, גיי איך.

זייט געזונט.