בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:18 pm
דורך טאמבל סאס
און ווען איך זאג אז איך זע קיען פליעהן איז עס כולו מיין דעה...
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:24 pm
דורך big joe
@ טאמבל סאס
אין די לעצטע 2000 יאר איז נישט געווען אזויפיל פרומע ערליכע אידן ווי ס'דא היינט.
די אמאליגע "פרומע" דארפס איד איז געווען א גרעסערע עם הארץ און ווייניגער פרום ווי די היינטיגע "פרייע ציוני"
איבער %80 דארט פאסט יו"כ איבער %97 האבן נאר חתונה מיט אידן דאס איז אלעס וואס א אמאליגע דארפס איד האט געוויסט
מענין לענין באותו ענין עס האט זיך געדרייט א קליפ אויף וואטסאפ פון א פרייע מאכן קידוש פון א טעלעפאון און מאנכע האבן געלאכט אויף זיין "עם הארצות און טיפשות", מורי ורבותי עס איז ביי מיר ברור כחמה אז ווען די בעש''ט אדער די בארדיטשובער זעהן דאס קליפ וואלטן זיי געזאגט אז דאס האט געמאכט א ריזיגע רושם אין הימל און מבטל געווען א גרויסע קיטרוג.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:27 pm
דורך big joe
טאמבל סאס האט געשריבן:און ווען איך זאג אז איך זע קיען פליעהן איז עס כולו מיין דעה...
.When you drink or smoke it is not totally your opinions
כמאמר החכם:
.Why drink and drive, when you can smoke and fly
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:43 pm
דורך הוגה
big joe האט געשריבן:@ טאמבל סאס
אין די לעצטע 2000 יאר איז נישט געווען אזויפיל פרומע ערליכע אידן ווי ס'דא היינט.
די אמאליגע "פרומע" דארפס איד איז געווען א גרעסערע עם הארץ און ווייניגער פרום ווי די היינטיגע "פרייע ציוני"
איבער %80 דארט פאסט יו"כ איבער %97 האבן נאר חתונה מיט אידן דאס איז אלעס וואס א אמאליגע דארפס איד האט געוויסט
מענין לענין באותו ענין עס האט זיך געדרייט א קליפ אויף וואטסאפ פון א פרייע מאכן קידוש פון א טעלעפאון און מאנכע האבן געלאכט אויף זיין "עם הארצות און טיפשות", מורי ורבותי עס איז ביי מיר ברור כחמה אז ווען די בעש''ט אדער די בארדיטשובער זעהן דאס קליפ וואלטן זיי געזאגט אז דאס האט געמאכט א ריזיגע רושם אין הימל און מבטל געווען א גרויסע קיטרוג.
יעצט הערט מען רעדן מער דברים כדרבונות.... you are getting closer...

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:50 pm
דורך טאמבל סאס
אין די לעצטע זעקסט טויזנט יאר איז נישט געווען אזויפיהל מענטשן אויף דער וועלט ווי היינט.
און דיר צו בארייכערן מיט פרישע נייע ידיעות, איבער וויפיל עס האט דערגרייכט די צאל פרומע אידן פאר'ן קריג וועל איך איבערלאזן פאר די מבינים.
און קום מיר נישט זאגן אז די אלע האט נאר היטלער אויסגעהארגעט, ווייל מער ווי רוב אומגעקומענע זענען פרייע געווען.
איך ווייס, עס איז א בראך, אבער ליידער איז דער יצר במחנינו, און רייסט לעבעדיקע שטיקער פון אונז. מ'ברויך אביסל זיסער מאכן אידישקייט. אפשר אנהויבן מתיר זיין שולעס וואו מ'וועט לערנען א פאך פאר די אינגלעך; און א קאריערע פאר די קלוגערע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:52 pm
דורך סאשי פיש
big joe האט געשריבן: מ׳קוקט אויפן גאנצע בילד ווייסט מען אז עס איז נאך קיינמאהל נישט געווען אזוי גוט.
big joe האט געשריבן:אין די לעצטע 2000 יאר איז נישט געווען אזויפיל פרומע ערליכע אידן ווי ס'דא היינט.
אונז האבען שוין לאנג אן אשכול דערוועגען פון 26 דפים מיטען נאמען
אכשר דרא
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:26 pm
דורך איינגעמיירעט
הוגה האט געשריבן:אויב מעג איך פרובירן אריינצוטרעטן און פארענטפערן פאר [tag]לעיקוואד[/tag] און אין איינוועגס אויך צולייגן מיינע אייגענע צוויי צענט.
די באשעפער איז בכלל נישט באנקראט, אזוי ווי בן תמליון און אנדערע האבן שוין געשריבן. מיר ווייסן נישט אויב זיבן ביליאן מענטשן איז וויכטיג פאר גאט אדער קען זיין אז זיבן איז אים גענוג. יא, מיר גלייבן אלע בתורת משה און מיר גלייבן אויך שזאת התורה לא תהא וכו'... די שאלה איז נאר אויב די באשעפער איז נישט באנקראט ווייל ראדני בית המדרש איז פול מיט אידן וואס לערנען פארטאגס געשמאק בלעטער גמרא, אדער איז ער נישט באנקראט ווייל ס'דא א שיעור אין א בעיסמענט אין דענווער. אדער אפשר גאר איז דאס נישט זיין גרעטע דאגה, ס'דא א גאנצע וועלט, אלעס איז אויסגעפלאנט אלעס מיט א חשבן, טויזנטער יארן (אדער מיליאנען יארן), טריליאנען מענטשן, פעלקער, רעליגיעס פרום און פריי. די באשעפער ווערט נישט באנקראט פון קריסטן, פון אטעאיסטן, און פון OTD'ס. נישט דו און נישט איך ווייס און פארשטיי זיין פלאן. ואני בתומי אלך אן חשבונות און אן זיך דארפן קלאפן אין רוקן און זוכן וועגן ווי אזוי מחזק צו זיין זיך און גאט.
על ראשון ראשון צו גאט האט מער הנאה פון ראדני צו פון דענווער, פארשטיי איך בכלל נישט די שאלה אז ביידע זענען יודען און זענען עוסק און תורת ד׳ איז דיך זעכיר אז זיי ביידע פולען אויס די תכלית הבריאה ( פארשטייט זיך אז רחמנא ליבא בעי און סמעגליך אז סאיז אביסעל שווערער צו לערנען מיט א ריינע הארץ און ראדני וואו און א בעיסמענט און דענווער ואכמ״ל, אבער סאיז אוודאי דא יודען וואס מיינען ערענסט איבעראל און לפי דברי תורתינו האט גאט הנאה פון זיי.
ועל אחרון אחרון ואתה בתומך אלך זייער פיין,אבער אויב די ווילסט קענסטו קוקען און אונזער תורה און בפרט און חומש דברים און און נביא וועסטו זיין ווי גאט האלט זיך און איין בעטן ביי אונז יודען אז אונז זאלען היטען זיין תורה ומצוות, ער האט אונז אויסגעוועלט פאר זיין פאלק און זאלען עם מפרסם זיין און די וועלט דורך זיך האלטען געטריי צוזיין תורה ומצוות,ווען יודען האבען איבערגעלאזט שמירת התורה קוק אריין און ספר ירמיה און ישעיה וואו די אויבערשטער קלאגט אויף דעם.
יעצט פארשטייט זיך אז אן otd וואס היט תומ״צ און שווערט געטריישאפט צו גאט האט עם די אויבערשטער ליב,און אויב א ראדני יוד היט נישט און גליייבט נישט און גאטס תורה האט עם גאט נישט ליב.
איז וואס פונקטליך איז דיין confusion ?
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:30 pm
דורך big joe
טאמבל סאס האט געשריבן: אפשר אנהויבן מתיר זיין שולעס וואו מ'וועט לערנען א פאך פאר די אינגלעך; און א קאריערע פאר די קלוגערע.
די חורבן איז נישט אז מ'לערנט נישט קיין פאך, די חורבן איז אז אינז אידן האבן אריין גענומען די קריסטליכע (ליטווישע קרי) השקפה פונעם מושג learning boy
ווילאנג 90 פראצענט מיידילעך ווילען א 'לערנינג בוי' (ווייל אזוי רעדט מען זיי איין) וועלן די בחורים זיצן אין ישיבה, אסאך פון זיי קעגען זייער ווילען, און א יושב בטל ...
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:50 pm
דורך הוגה
איינגעמיירעט האט געשריבן:ועל אחרון אחרון ואתה בתומך אלך זייער פיין, אבער אויב די ווילסט קענסטו קוקען און אונזער תורה און בפרט און חומש דברים און און נביא וועסטו זיין ווי גאט האלט זיך און איין בעטן ביי אונז יודען אז אונז זאלען היטען זיין תורה ומצוות, ער האט אונז אויסגעוועלט פאר זיין פאלק און זאלען עם מפרסם זיין און די וועלט דורך זיך האלטען געטריי צוזיין תורה ומצוות,ווען יודען האבען איבערגעלאזט שמירת התורה קוק אריין און ספר ירמיה און ישעיה וואו די אויבערשטער קלאגט אויף דעם.
יעצט פארשטייט זיך אז אן otd וואס היט תומ״צ און שווערט געטריישאפט צו גאט האט עם די אויבערשטער ליב,און אויב א ראדני יוד היט נישט און גליייבט נישט און גאטס תורה האט עם גאט נישט ליב.
איז וואס פונקטליך איז דיין confusion ?
יא, די תורה זאגט אונז אז גאט וויל מיר זאלן היטן די תורה, אבער ווער ווייסט אויב גאט דארף מער חיזוק ווען הונדערט אידישע קינדערלעך ווערן אפענע כופרים, אדער ווען די גרעסטע צענטערן פונעם יהדות החרדית, די אזוי גערופענע 'סמעטענע' שלאגן זיך ארום און זענען גורם אזא חילול השם. ווער זאגט אז ראדני צייגט אז גאט איז נישט באנקראט, אפשר צייגט ראדני אז גאט איז ערשט באנקראט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:10 pm
דורך big joe
Did i miss something??
1) איז דא איינער וואס האלט אז די גרויסע קאמפעניס פון פלייש כעין ראדני וכדומה זענען די סמעטענע פון אידישקייט???
2) "
הונדערט אידישע קינדערלעך ווערן אפענע כופרים" דו האסט גאר קליינע השגות/ידיעות (דאס איז א מעלה, הלוואי וואלט איך זיי אויך נישט געקענט, אדער געדארפט האנדלן מיט זיי)
3)
טאמבל סאס האט געשריבן:אין די לעצטע זעקסט טויזנט יאר איז נישט געווען אזויפיהל מענטשן אויף דער וועלט ווי היינט.
מיר טוען רעדן דא פראצענטווייז
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 8:04 pm
דורך איינגעמיירעט
הוגה אויף דעם איז נישט די דיון איעדער וואס קומט און ק״ש פארשטייט שוין אז יודושקייט און גאט באשטייט נישט פון ראדני,און האלט שוין נישט פון די הייפעלע יודען בול שיט
מיין דיון איז געווען אויף לעקוואד׳ס ווערטער אז מכלומרשט דאגהעט נישט גאט בכלל אויף די יודישע רעליגיע עפ״ל אויף דעם האב איך געזאגט אז דאס איז הויל כפירה
און ווי איך זעע האט לעקוואד אנגענומען א שטיל שוויגעניש
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 8:07 pm
דורך לעיקוואד
העי, מווערט נישט אזוי שנעל א כופר, זאג נאר, האסט שוין דורכגעלערנט דאס וואס אלע ראשונים רעדן וועגן מטרת הבריאה? דו האסט שוין קלאר ארויס שיטת הרס"ג לעומת שיטת הרמב"ם לעומת שיטת הכוזרי? איך דארף נישט פארענטפערן יעדער עם הארץ וואס הייבט נישט אן צו קענען סוגיות פון טעאלאגיע און השקפה פון די יסודות אויף זיינע בויך-ווייען וואס עס דוכט זיך אז יעדער וואס רעדט א משהו מיט הגיון איז שוין אן אפיקורס.
(דרך אגב, לייגען אזוינע קליינע פינטעלעך ביים סוף פון א סענטענס, [כזה:.] , און קאמעס ווי ס'פאדערט [כזה: ,], איז ביי דיר א גוישע מנהג אז דו ביסט מקפיד עס נישט מקיים צו זיין?)
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 8:37 pm
דורך איינגעמיירעט
לעקוואד טייערס איך האב אוכט געלערענט מורה און כוזרי
סאיז כו״ע מודי און בראשית בשביל ישראל ובשביל התורה אלע גדולי תורה זענען געפארען מיט דעם,די שיטה וואס די מורה ברענגט איז שווער פון זייער אסאך חז״לן און אויב ווי די שטעלסטדיך אהער האסטו אמאל דורכגעטוהן די סוגיא ווייסטו דאס אליינס,און קיין איין ראשון און אחרון האט דאס אפילו נישט אראפגעברענגט פאר א צד.
איך פארשטיי פון ווי די קומסט,מהאט דיר מן הסתם מחנך געווען מיט אסאך עקסטרימיזים און מכח דעם איז דער שווער צוטרעפן נארמאלע יודושקייט, שפרינגסטו איין טאג מיט מאטעל זילבער און איין טאג מיט ישכר כץ, הכלל פון דיע אלע מלערנט נישט פשוטע פסוקים און חז״ל׳ן,און מקריכט ארום מיט כל מיני הגיונות משונות.
מאך דיך א שיעור און ספר דברים און אין נביא און אין אגדות חז״ל וואס אויף דעם איז יודישקייט געבויט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:16 pm
דורך big joe
@לעיקוואד, כשמך כך אתה, א עקל א פארשטינקענע בעל גאווה, זעהט אויס אז די נאמען האט טאקע עפעס מיט די שורש הנשמה. די נידריגע ליטוואקס דארפן אייביג פראקלאמירן וואס זיי לערנען אלץ, און וואס זיי קענען אלץ. ראביי לעיקוואד אינז זעמיר נישט אינטרעסירט וועלעכע ספרים דו האסט געטוען ליינען
"תנו רבנן: לעולם יהא אדם ענוותן כהלל ואל יהא קפדן כשמאי" דאס מיינט גארנישט ביי דיר? הלל האט געהאט צייט צו ענטפערן ער''ש צום דריטן מאהל, וועגען די אפריקאנעס פלאכע פיס, אבער דו ביסט דיך נישט גרייט אראפ צו לאזן צו איינער, אויב דו ביסט נישט זיכער אז ער איז בקי אין מורה, כוזרי און רס''ג. ווי זאגט מען אין די ליטא יעדע טאג נאך שחרית אין חודש אלול "להתרחק מן הגאוה בתכלית הריחוק (ומן הליצנות)"
@איינגעמיירעט מורה'ס דרך איז די איינציגסטע וואס מאכט סענס (חוץ ר' שמשון רפאל הירש שיטות און ר' יונתן אייבשיץ שיטות (אין זיין חיבור על הש''ס, וואס וואוילע אידן מאכען זיכער אז מ'דריקט עס נישט איבער))
תכלית כל הבריאה היא, אשר הברואים השפלים יוכלו, ע"י קיום התורה והמצוות, לילך מעלה מעלה, הלוך ומתפתח, עד שיזכו להדבק בבוראם ית' וית'.
בעל הסולם, מתן תורה, ו'
עולמנו זה על כל אשר בו, כלליו ופרטיו, לא נברא אלא למען האדם השלם.
הרמב"ם בהקדמתו לפירוש המשנה
אין מורה זאגט די רמב''ם אז די תכלית הבריאה איז די רצון האדם צו דינען גאט , נישט די מעשה ווייל דאס איז שוין אויך א בריאה (איך האב נישט קיין מורה יעצט קען איך נישט שרייבן די לשון)
מורה נבוכים ח''ג פ' י''ג אדער י''ד (כ'גדענק נישט יעצט פונקטליך)
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:01 pm
דורך איינגעמיירעט
Big joe איך האב הנאה אז די האסט אן אייגענארטיגע מיינונג און ק״ש,אסאך מאל ליינענעדיג ק״ש דוכט זיך מער אז אז איך בין א ראדני,נישט פונקט ראדני אבער די זעלבע געדאנק,
און ראדני משום כמה סיבות ווען סקומט צו געוויסע ענינים פון יודישקייט וועט גאנץ ראדני טראכטען די זעלבע און סוועט נישט העלפען קיין פדנו ומצילנו אזוי איז עס און פערטיג, דאס הייסט די שיטות איז נישט געבויט אויף קיין הוכחות,נאר פארקערט די הוכחות איז געבויט אויף די שיטה און אגענדא.
ק״ש און געוויסע דיונים האט עס א שיטה אלע וועלען משום סיבות נאכגיין די זעלבע שיטה, סוועט נישט העלפען גארנישט קיין הוכחות אויף פארקערט, אויב ביסטו קעגן שיטות ק״ש.
פארדעם האב איך בכלליות אויפגעהערט צו שרייבען דא ווייל כאיי וועלט כן ק״ש סאיז מענטשען וואס טראכטען בעיסיקלי אויפען זעלבען געדאנק און זענען דריווען מיט אגענדאס צו טראכטען איעדען ענין לפי אגענדאסאן,און נישט מברר זיין הדברים על בורין ואמיתתן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:10 pm
דורך טאמבל סאס
big joe האט געשריבן:לעיקוואד, כשמך כך אתה, א עקל א פארשטינקענע בעל גאווה, זעהט אויס אז די נאמען האט טאקע עפעס מיט די שורש הנשמה. די נידריגע ליטוואקס דארפן אייביג פראקלאמירן וואס זיי לערנען אלץ, און וואס זיי קענען אלץ. ראביי לעיקוואד אינז זעמיר נישט אינטרעסירט וועלעכע ספרים דו האסט געטוען ליינען
וואהה. איך געדענק, איינער האט לעצטנס געזאגט דא א שיינע תורה וועגן מדת ענווה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:13 pm
דורך קאווע טרינקער
האלאו?.....
ביג דזאו?...
יו קען גאו....
אזוי צו רעדן אויף לעיקוואוד?
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:15 pm
דורך איינגעמיירעט
לעיקוואד האט געשריבן:העי, מווערט נישט אזוי שנעל א כופר, זאג נאר, האסט שוין דורכגעלערנט דאס וואס אלע ראשונים רעדן וועגן מטרת הבריאה? דו האסט שוין קלאר ארויס שיטת הרס"ג לעומת שיטת הרמב"ם לעומת שיטת הכוזרי? איך דארף נישט פארענטפערן יעדער עם הארץ וואס הייבט נישט אן צו קענען סוגיות פון טעאלאגיע און השקפה פון די יסודות אויף זיינע בויך-ווייען וואס עס דוכט זיך אז יעדער וואס רעדט א משהו מיט הגיון איז שוין אן אפיקורס.
(דרך אגב, לייגען אזוינע קליינע פינטעלעך ביים סוף פון א סענטענס, [כזה:.] , און קאמעס ווי ס'פאדערט [כזה: ,], איז ביי דיר א גוישע מנהג אז דו ביסט מקפיד עס נישט מקיים צו זיין?)
ווען די נעמסט וועין ווייטער אהן דיין שטילשוויגעניש וואלט איך נאך געטראכט אז די האסט עפעס זאכליך צוזאגען.
געווענטליך האסטו מער סעלפ קאנטראל.
אשכח פאר דיין הערה בענין די פונטעליך, סאיז מיר שווער צו מדקדק זיין שרייבענדיג פון אן איי פאין.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:17 pm
דורך קאווע טרינקער
שלום עליכם איינגעמיירעט, שוין נישט געווען דא א שטיק צייט, לאמיר האפן איר זענט צוריק מיט פרישע כוחות אנצוהאלטן די רוהיגע ווינקל ווי מ'שמועסט כאשר ידבר איש אל רעהו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:18 pm
דורך טאמבל סאס
הממ שיינער גראם. ענדיג שוין צו פאר די געלט.
האלאו?.....
ביג דזאו?...
יו קען גאו....
צו רעדן אויף לעיקוואד אזוי?...
יא, מיר אלע זענען פון לעיקוואד'ס שטארקע חסידים. ווי ער וועט פעקלען, וועלן מיר זיך פעקלען. ווי ער וועט עקלען, וועלן מיר עקלען.
דא אין קאווע לערנט מען, צו קענען טשאלענדזשן יענעמ'ס א דעה, אבער ווייטער באהאנדלען דעם עצם מענטש מיטן פולסטן רעספעקט.
"דו רעדסט דברים של קאק, אבער דו ביסט ווייטער א כ"ק.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:19 pm
דורך [NAMELESS]
משוגעים, אראפ פון די דעכער!
הערט אייך אויף קריגן און נוצט נישט קיין אראגאנטע לשונות, בעצם קריגט איר זיך בכלל נישט, עס איז פטפוטי דברים בעלמא.
גייט באזוכן אין די מילקשעיקער אשכול, כאפט אפאר שטיקלעך סושי פיש און קומט צוריק זיך טענה'ן אן היץ.
און איינגעמיירעט, ניין, דא איז נישטא קיין הכרח צו גלייבן די זעלבע, איך גלייך אסאך מאל דיינע זאכן, עס איז בלויז דא א נטייה צו חידוש און צו דברים אשר לא שערום נוגשינו.
איר ווילט זיך טענה'ן, טענהט לעניין, אן היץ!
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:27 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס? פלצות כאפט אייך אן? שארף!
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:29 pm
דורך איינגעמיירעט
קופערניקס מיין ניק פרובירט צורעדן די זעלבע שפראך וואס דער ניק רעדט צומיר.