בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:1) שירה
2) מזמרים
3) ידידים
4) זמירות
שירה קען מאכן שטיק און טריקס אוט אוף די באקס איידיעס, בנוסף זענען זיי זייער דיספלינד.
מזמרים קוקט זיך נישט פאר צו סאך, זיי קענען הויעך ציען ספעציעל איינער פון די חברה, אבער נישט צו דיספלינט. זעהט אויס בחוריש.
ידידים זענען גאנץ דיספלינט מאכן נישט געפערליכע שטיק אבער זיי ווערן בעסער.
זמירות האב איך נישט צו סאך געזעהן אדער געהערט, ווייס איך נישט.
מיין וואט כעת: שירה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:38 pm
דורך נארמאלער
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 8:37 pm
דורך יואב
zurich האט געשריבן:מרדכי צו אברהם?
לדעתי איז שווער צו זאגן, וויבאלד זיי שטעלן פאר צוויי באזונדערע סטילס; ביידע וואס איך וואלט באצייכנט מיט אן A+.
מרדכי קען מען זאגן ער טייטשט אריין דעם ניגון, און נישט נאר וואס ער ליגט ראשו ורובו דערין, שלעפט ער אריין דעם צוהערער. א דיפרעסטע ניגון איז ער באמת דיפרעסט, א צולאזטע ניגון איז ער צולאזט, א ניגון מיט געגועים, א דביקות ניגון, א חסידישע ניגון, אא''וו. ער איז דאן גענוי ווי דעם ניגון. דאס איז סיי זיינע געפילן, גרימאסן, און נייגונגען. דערנאך האט ער א מעלה אז ער "קען" זינגן. א זאך וואס נישט יעדע זינגער פארמאגט. זיין שטימע איז גרייט פאר אלצדינג וואס ער ברויך טוהן כפי יכולתו. ביי אלטע קאנצערטן קען מען איהם זעהן שפרינגן און טאנצן בשעת'ן זינגן, און קיין שווער אטעם אדער ברעקלע איבערגעצויגנקייט קען זיך אנזעהן אויפן זינגן. ווי אויך זינגט ער אבנארמאל שטארק אויפן טאן. ער האלט זיך אויפן טאן מורא'דיג גוט. מרדכי פארמאגט אויך דער געוואלדיגער מעלה פון "מרדכי". א מעלה וואס מ'קען נישט מסביר זיין, מ'שפירט דאס אבער. א מין אייגנארטיג חן, א מין מרדכי.
אברהם האט זיינע מעלות. די Power וואס ער האט, ווייס איך נישט צו ס'איז פארהאן נאך אזא זינגער ביים היימישען, צו ארטעדאקסישן עולם. ער איז א שטיקל חזן אויך, און קען באווייזן געוואלדיגע שטיק אינמיטן זינגן. מ'זעהט ער איז נישט געבוירן געווארן אן אברעמל איבערנאכט. זיין געוואלדיגע כשרונות איז קענטיג שטארק בארבייט, פאר צוואנציג יאר צוריק איז ער ווייט נישט געוועזן דער מעכטיגער אברהם פון היינט. היינטצוטאגס זינגט ער שטייצעך אויך שטארק אויפן טאן, ער איז אויך גרייט פאר א פולער קאנצערט מיט די זעלבע כוחות, און לדעתי ווערט ער נאר בעסער און בעסער. ספעציעל היינצוטאגס ווען מרדכי איז לכו"ע מער נישט די מרדכי פון אמאל, איז אברהם זיכער די נייע King of Jewish music.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:10 am
דורך טעפל
פריד אני משוגע עליך!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UQ2-xZWVeKs[/youtube]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:27 am
דורך רויטע וואנצעס
משוררים קומט אריין מורא'דיג שטארק די לעצטע שטיק צייט. שטארק דיסעפלינד. א נחת!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:55 am
דורך כוכב
משוררים האט די בעסטע ספירה טעיפס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:51 am
דורך טעפל
כוכב האט געשריבן:משוררים האט די בעסטע ספירה טעיפס.
איז דאס א קאמפלעמענט אדער פארקערט?