בלאט 1 פון 1

זיצען נעבען א פרוי אויף די טרעין

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:19 am
דורך איחוד פעלד
עס קומט מיר אויס צו פארען אויף דער טרעין לצורך פרנסה, און אסאך מאל קומט אויס אז עס איז דא א פלאץ נעבען א גויעשע פרוי.

וואס איך טוה וועל איך לאזען יעדעם אויסרעכענען אליין.

אסאך מאל זעה איך היימישע פרויען וואס בלייבען שטיין און זעצען זיך נישט אוועק לעבען א גוי אפילו, תבא עליהם ברכה.

היינט האב איך געהאט אן אינטרעסאנטע עפיזאדע.

איך האב מיך אוועקגעזעצט צווישען צוויי מענער.

איינער פין זיי איז געוועהן א ישראלי און זיין ווייב אדער פרוי חבר איז געשטאנען נעבען אים. האבען זיי זיך אזוי גערעדט און זיך מרמז געוועהן אז ער וועט זיך אויף שטעלען און געבען זיין פלאץ פאר זי, אזוי ארום וועל איך אויפשטיין און זיי וועלען ביידע בלייבען זיצען.....

געמיינט האבען זיי אז זיי האבען צוטוהן מיט א חרדי פין ישראל, איך בין דאך אבער א חרד"ק, בין איך געבליבען זיצען......


וואס האלט דער עולם האב איך געדארפט אויפשטעלען זיך בכהאי גוונא אדער נישט?